דער זײדע מיט דער באָבע
מאַרק װאַרשאַװסקי
ס'איז הײַנט אַקוראַט געװען פֿופֿציק יאָר
אַז זײ לעבן אין אײנעם ― דאָס אַלטע פּאָר:
זײ האָבן זיך געעלטערט ― קוקט אײַך צו ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
כאָטש דער זײדע מיט דער באָבע זענען קורץ און קלײן,
נאָר דער זײדע מיט דער באָבע זענען מלא־חן:
ער מיטן שפּיצעכדיקן בערדעלע, מיטן גױדערל זי ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
גאָט האָט זײ מיט עושר און כּבֿוד באַגליקט,
אין לעבן האָבן זײ זיך קײן מאָל ניט געקריגט:
נאָר „נאָטעלע", נאָר „באַבעלע" רופֿן זײ זיך צו ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
זײ זענען הײַנט געגאַנגען בײדע אין שיל
און האָבן דאָרט געדאַװענט טאַקע פֿיל;
גאָט האָט זײ געהאָלפֿן ― ברוך־הוא ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
פֿון דער שיל זענען זײ אַהײם געגאַנגען גלײַך,
אױפֿן טיש איז שױן געשטאַנען לעקעך אַ סך,
און די אײניקלעך האָבן געװאַרט שױן פֿון אין דער פֿרי ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
דער זײדע האָט זיך געװאַשן פֿון דער זילבערנער טאַץ,
אױפֿגעגאָסן האָט דאָס אײניקל, איך זאָג אײַך אַ שאַץ:
יענטעלע די שװאַרץ־חנעװדיקע, אָט־אָ־די. ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
דער עולם האָט זיך קײן עין־הרע געזעצט צום טיש,
און אַז מע האָט אױפֿגעגעבן די פֿײַערדיקע פֿיש,
האָט אַ דרשה געזאָגט רב הערשעלע־צבֿי ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
װי דער זײדע איז געװען תּמיד אַ פֿרומער ייִד,
ייִדן טאָן גוטס איז ער קײן מאָל ניט מיד,
דערפֿאַר העלפֿט אים גאָט אי שפּעט, אי פֿרי ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
און װי די באָבע איז געװען אַ װײַבעלע מלא־חן,
דאָס צירונג פּאַסט איר נאָך איצטער, זאָגט אַלײן!
די באָבע האָט געטאָן אַ שמײכל דערצו ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
דער עולם האָט גענומען צו ביסלעך װײַן,
און דעם זײדן מיט דער באָבען אין ראָד אַרײַן;
די אײניקלעך האָבן געפּליעסקעט צו ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
מע האָט געזען, דער עולם זאָל זיך ניט פֿרי צעגײן,
דער פֿעטער לײבוש האָט זיך געלאָזט אַ קאָזאַק אַלײן,
די מומע סאָסי איז געגאַנגען אַקעגן אױף אײן קני ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
אַזױ האָבן זײ געהוליעט ביז האַלבער נאַכט...
„באַבעלע ― זאָגט דער זײדע ― אַ גוטע נאַכט!“
שלאָף מיר געזונט, און דעק זיך גוט צו ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
דער זײדע איז געװעזן שױן זײער אַלט,
איז ער אַנטשלאָפֿן געװאָרן באַלד...
די באָבע האָט ניט געקאָנט מאַכן די אױפֿן צו ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
זי האָט זיך דערמאָנט אָט דאָ ליגנדיק אין בעט,
װע מע האָט איר „נאָטען“ פֿאַר אַ חתן גערעדט...
אַ מופֿלג איז ער געװען און שײן דערצו ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
די באָבע האָט אָנגעהױבן צו דרימלען מיט אַמאָל,
איר חלום װעל איך אײַך דערצײלן אַן אַנדערס מאָל.
לאָמיר זײ בײדע שױן לאָזן צו רו ―
אַכציק ער, און זיבעציק זי.
|