יאַנקעלע (װיגליד)
מרדכי געבירטיג

שלאָף־זשע מיר שױן, יאַנקעלע, מײַן שײנער,
די אײגעלעך, די שװאַרצינקע מאַך צו,
	אַ ייִנגעלע, װאָס האָט שױן אַלע צײנדלעך,
	מוז נאָך די מאַמע זינגען אײַ־ליו־ליו?

אַ ייִנגעלע, װאָס האָט שױן אַלע צײנדלעך,
און װעט מיט מזל באַלד אין חדר גײן,
	און לערנען װעט ער חומש און גמרא,
	זאָל װײנען װען די מאַמע װיגט אים אײַן?

אַ ייִנגעלע, װאָס לערנען װעט גמרא,
אָט שטײט דער טאַטע, קװעלט און הערט זיך צו,
	אַ ייִנגעלע, װאָס װאַקסט אַ תּלמיד־חכם,
	לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו?

אַ ייִנגעלע, װאָס װאַקסט אַ תּלמיד־חכם,
און אַ געניטער סוחר אױך צוגלײַך,
	אַ ייִנגעלע, אַ קלוגער חתן־בחור,
	זאָל ליגן אַזױ נאַס װי אין אַ טײַך?

נו, שלאָף־זשע מיר, מײַן קלוגער חתן־בחור,
דערװײל ליגסטו אין װיגעלע בײַ מיר.
	ס'װעט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
	ביז װאַנען ס'װעט אַ מענטש אַרױס פֿון דיר.