דער װינטער
מאַרק װאַרשאַװסקי

אױ העלפֿט מיר, קינדער, אונטער, ―
קײן כּוחות איז ניטאָ...
געקומען איז דער װינטער,
דער װינטער איז שױן דאָ!

ער פֿרעגט קײנעם קײן דעות,
ער קומט װי צו זיך אַהײם,
מיט דער װײַסער באָרד און פּאות,
מיט דער װײַסער, גרױסער ברעם.

דורך טאָל און װעלדער יאָגט ער.
געהױקערט צו דע ערד;
מיט זיך אַ בעזעם טראָגט ער ―
און קערט, און קערט, און קערט!

מיט שנײ געבעט די פֿעלדער,
פֿאַרפֿרױרן שטײט דער װאַלד,
די װעלדער און די װעלדער,
זײ ברומען: קאַלט... ס'איז קאַלט...

אין בעט ליגט קראַנק מײַן שײנדל,
מיט איר דאָס קלײנע קינד...
נישטאָ אין שטוב קײן שפּענדל,
אין פֿענצטער װײנט דער װינט...

ער שװײַגט דער אַלטער זײדע,
ער מאַכט זיך ניט פֿון דעם;
ער לאַכט אין די פֿױסטן בײדע
און שאָקלט מיט דער ברעם...

ער װיל קײנעם ניט שױנען,
כאָטש שרײַ, כאָטש װײן אָן אַ שיעור...
װוּ צער און עלנט װױנען,
דאָרט קלאַפּט ער אין דער טיר.

אױ, העלפֿט מיר, קינדער, אונטער, ― 
קײן כּוחות איז ניטאָ...
געקומען איז דער װינטער,
דער װינטער איז שױן דאָ!