װי האַלט איך דאָס אױס!
מאַרק װאַרשאַװסקי

װי האַלט איך דאָס אױס ― פֿאַרשטײ איך ניט, כ'לעבן.
ס'אַװדאי פֿון גאָט אַזױ שױן באַשערט,
בײַ יעדן איז אַ יום־טובֿ דאָס שטיקעלע לעבן
בײַ מיר איז דאָס לעבן שװאַרץ װי די ערד!
פֿאַר װאָס און פֿאַר װען ― דאָס פֿרעגט שױן ניט אײנער,
ס'פֿאַרענטפֿערט די קשיא: גאָט דו ביסט גרױס!
עס טריקנט אין מיר דער מאַרך פֿון די בײנער!
איך האַלט דאָס ניט אױס, איך האַלט דאָס ניט אױס!

װי האַלט איך דאָס אױס ― ס'אַװדאי אַ װוּנדער,
װי כ'שלעפּ מײַנע שלאַפֿע, געשװאָלענע פֿיס,
װי כ'בלאָנדזשע אַרום מיט מײַנע אָרעמע קינדער,
װוּ איך גײ, װוּ איך קום איז מיר פֿינצטער און װיסט! ―
דאָ טאָר מען ניט שטײן, דאָ טאָר מען ניט ליגן,
דאָרט נעמט מען פֿון מיר די כּוחות אַרױס...
און אומעטום הער איך דעם אײגענעם ניגון:
„איך האַלט דאָס ניט אױס, איך האַלט דאָס ניט אױס!“

אױ! יעדער פֿון אײַך, צי רײַך, צי אָרעם,
האָט אונדזער בית־עולם אַװדאי געזען...
דאָרט שטײען צעבראָכענע, פֿינצטערע קבֿרים,
און טיף פֿון די קבֿרים גײט אַ געװײן:
אַזױ איז צעבראָכן אין מיר יעדער אבֿר,
אַזױ די װעלט פֿינצטער ― װי זי איז גרױס...
אױ, דעק דיך אױף גיכער, מײַן פֿינצטערער קבֿר!
איך האַלט דאָס ניט אױס, איך האַלט דאָס ניט אױס!