די װעלט
מאַרק װאַרשאַװסקי
I
קוקט אײַך צו צו דער װעלט צו דער שײנער:
זי איז יונג, און זי שײַנט און זי בליט!...
שױן באַזונגען די װעלט האָט ניט אײנער
אין זײַן פֿרײלעכער, רױשנדער ליד.
פֿון איר טיף ביז די ליכטיקע שטערן
גײט אַ פֿרײלעך געזאַנג אױף דער װעלט:
בערג און טאָל ניסן פֿרײדפֿולע טרערן,
יעדעס בײמעלע פֿרײט זיך און קװעלט!...
און די זון גיט דאָ קײנמאָל ניט אונטער,
און זי קוקט פֿון דעם הימל אַראָפּ...
בלומען בליִען אי זומער אי װינטער,
און די צװײַגן זײ װיאַנען ניט אָפּ...
דער מענטש לעבט זיך אין פֿרײד, אין נחמה:
אױף דערױף איז דאָס לעבן געשטעלט...
אױ די װעלט איז אַ יונגע נשמה,
װײַל ס'איז יעדע נשמה אַ װעלט!...
II
קוקט אײַך צו צו דער װעלט, צו דער שײנער:
זי איז אַלט, זי אין מאַט, זי איז מיד...
שױן באַקלאָגט האָט די װעלט דאָ ניט אײנער
אין זײַן טרױעריק, װײנענדיק ליד.
אין איר טיף ליגן אוצרות פֿאַרבאָרגן:
דימענטן און פּערל ― אַ שרעק...
נאַר איר האַרץ איז פֿאַראומערט מיט זאָרגן,
שטענדיק װײנט זי און קלאָגט אָן אַן עק...
פֿון די אוצרות װאָס קאָן פֿון זײ װערן
אַז דאָס לעבן איז ביטער און שװער...
יעדער דימענט צעגײט זיך אין טרערן,
יעדעס פּערל צעגײט אין אַ טרער!...
דער מענטש פֿירט מיט דעם גליק אַ מלחמה,
נאָר דאָס גליק איז פֿאַרהאַנגען, פֿאַרשטעלט...
און די װעלט איז אַן אַלטע נשמה,
װײַל ס'איז יעדע נשמה אַ װעלט!...
|