ציון
מאַרק װאַרשאַװסקי

פֿון דער װעלט פֿאַריאָגט, פֿאַרטריבן,
און אין האַרצן מיט אַ װוּנד,
בין אַלײן איך דאָ געבליבן
אָן אַ קינד און אָן אַ רינד.
	אַלע זענען זיך צעפֿאָרן.
	דער אַהער און דער אַהין,
	און אױף מײַנע אַלטע יאָרן
	זינג איך מיר אַ ליד פֿון ציון!

ציון! ציון!  גרױסער נאָמען!
ציון! ציון!  הײליק װאָרט!
אַלטע בײמער! שײנע בלומען
װאַקסן אױף דײַן הײליק אָרט!

ציון! דו װעסט אײביק בליִען,
תּמיד נײַ איז דײַן געבאָט.
גרױסער גאָט! דו ביסט אין ציון, ―
ציון! דו ביסט גרױס בײַ גאָט!

גרױסער גאָט! זאָלסט מיר באַשערן
צוצופֿאַלן צו דײַן ערד,
און פֿאַרגיסן הײסע טרערן,
אױב ― איך בין בײַ דיר דאָס װערט.
	צוצופֿאַלן צו די קבֿרים,
	צו דער װאַנט פֿון דעם „געװײן“,
	אױ!  כ'בין אָבער אַלט אָרעם,
	ציון װעל איך שױן ניט זען!...

כ'װעל פֿאַר אײַך דאָ, קינדער, בעטן
גאָט דעם זיסן פֿרי און שפּעט,
ער זאָל אײַך אַהין באַגלײטן,
װי'ר האָט אונדז אַמאָל באַגלײט,
	און אין ציונס גרױסן נאָמען
	און אין ציונס הײליק װאָרט,
	נײַע בײמער, נײַע בלומען
	זאָל ער לאָזן װאַקסן דאָרט.

אַז איך װעל אין קבֿר ליגן
װעט אַ פֿײגעלע צופֿליִען,
און װעט זינגען אָט דעם ניגון
און דאָס לידעלע פֿון ציון:
	„ציון! ציון! גרױסער נאָמען!
	ציון! ציון! הײליק װאָרט...
	כ'האָב פֿון דאָרט געבראַכט די בלומען!
	און אַ צװײַגעלע פֿון דאָרט“.

„אָט דאָס צװײַגעלע דאָס גרינע
האָב איך דיר פֿון דאָרט געבראַכט,
װוּ עס שײַנט אונדזער אמונה
אונדזער קרױן און אונדזער פּראַכט!
	דאָרט איז קײנמאָל ניט קײן װינטער,
	דאָרט איז קײנמאָל ניט קײן קעלט,
	װײַל די זון גײט דאָרט ניט אונטער,
	און זי שײַנט די גאַנצע װעלט!“