טרערן
מאַרק װאַרשאַװסקי
דו זאָגסט אַז אין צװײען איז גרינגער צו קלאָגן,
צו װײנען אין צװײען װערט גרינגער דער שמאַרץ, ―
אױ, ניטע, מײַן ברודער, װי קענסטו דאָס זאָגן?
אין צװײען איז שװערער דאָס אומגליק צו טראָגן,
אַזעלכע טרערן פֿאַרקלעמען דאָס האַרץ...
אײנס קען איך דיר זאָגן, אײנס קען איך דיר שװערן:
מײַן האַרץ האָב איך אױסגעװײנט לאַנג שטילערהײט...
װען קײנער פֿון אײַך פֿלעג ניט זען מײַנע טרערן.
װען גאָט נאָר אַלײן פֿלעג אין שטילן מיך הערן,
פֿלעג גרינגער מיר װערן מײַן צער, מײַן לײד!...
|