ס'איז גוט
מרדכי געבירטיג

ס'איז גוט, ס'איז גוט, ס'איז גוט.
די ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
דער שׂונא, דער װילדער,
גײט גרױזאַם און שנעל ―
און װי נאָר ער קומט, װערט
פֿון לעבן אַ תּל,
און ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
און ייִדעלעך קװעלן ― ס'איז גוט,
ס'איז װױל, ס'איז פֿײַן,
ס'קען בעסער נישט זײַן.

ס'איז גוט, ס'איז גוט, ס'איז גוט.
די ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
דער שׂונא גײט פֿאָרױס,
מיט בלוט און מיט שאַנד ―
און שלינגט אײַן טאָג־טעגלעך
אַ לאַנד נאָך אַ לאַנדן
ס'איז װױל, ס'איז פֿײַן,
ס'איז װױל, ס'איז פֿײַן,
ס'איז װױל, ס'איז פּײַן,
װאָס מער ער שלינגט אײַן.

ס'איז גוט, ס'איז גוט, ס'איז גוט.
די ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
דער שׂונא פֿרעסט לענדער
און נעמט אָן אױפֿהער,
דער מאָגן אַ פֿולער
פֿאַרנעמט שױן נישט מער ―
און ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
און ייִדעלעך קװעלן ― ס'איז גוט,
ס'איז װױל, ס'איז פֿײַן,
זײַן מאָגן נישט רײן.

ס'איז גוט, ס'איז גוט, ס'איז גוט.
די ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
דער שׂונא אײראָפּע האָט
האַלב שױן באַזעצט
און האַלט אין אײן נעמען,
דער בױך אים שיִער פּלאַצט,
און ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
און ייִדעלעך קװעלן ― ס'איז גוט,
און ייִדעלעך קװעלן ― ס'איז גוט,
ס'קען מער נישט אַרײַן.

ס'איז גוט, ס'איז גוט, ס'איז גוט.
די ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
דער שׂונא פֿון נעמען
איז מיד שױן און קראַנק,
זיך איבערגעפֿרעסן
און האָט קײן אױסגאַנג ―
און ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוטן
און ייִדעלעך קװעלן ― ס'איז גוטן
און ייִדעלעך שרײַען: ס'איז גוט,
זײַן סוף װעט באַלד זײַן.

	אָמן....

(קראָקע געטאָ, מאַי 1942)