שׂימחת־תּורה
מאַרק װאַרשאַװסקי

קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה
שׂימחת־תּורה, אױף דער גאַנצער װעלט!
תּורה איז די בעסטע סחורה
אַזױ האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט!

	אױ װײ! אױ־אױ־אױ!
	פֿרײלעך, קינדער, אָט אַזױ!
	רענדלעך שיטן זיך פֿון די זעק!
	פֿרײלעך ― אָן אַן עק!

כאָטש איך בין מיר אַן אָרעם ייִדל,
און עס דאַרט מיר גוט דער מוח,
שׂימחת־תּורה זינג איך אַ לידל
און מאַך אַ גוטע כּוסע אױך!

	אױ װײ!...

װער סע קען ניט מײַנע צרות
זאָל זײ ניט קענען ― זאָג איך אײַך;
נאָר טאַקע גלײַך מיט אַלע שׂררות
בין איך אום שׂימחת־תּורה רײַך!

	אױ װײ!...

דבֿורה, גיב מיר די נײַע קאַפּאָטע,
איך װעל זי אָנטאָן טאַקע אַצינד,
איך װעל דיר זאָגן, אַלצדינג איז בלאָטע, ―
אַבי מען איז ברוך־השם געזונט!

	אױ װײ!...

װוּ איז בערל, און װוּ איז דװאָסי?
רוף זײ אַלע אין שטוב אַרײַן!
די מומע סאָסי, דעם פֿעטער יוסי ―
זאָלן זײ אַלע פֿרײלעך זײַן!

	אױ װײ!...

שׂימחת־תּורה ― פֿון גאָט אַ מתּנה ―
זאָל אונדז תּמיד הײליק זײַן!
אַפֿילו די שטערן מיט דער לבֿנה
זענען געגאַנגען טרינקען װײן!

	אױ װײ!...

דבֿורה! גיס־זשע נאָך אָן אַ גלעזל
פֿון דעם יום־טובֿדיקן װײן...
װאָס האַסטו אַראָפּגעלאָזט דאָס נעזל? ―
אַ רוח אין מײַנע שׂונאימס טאַטן אַרײַן!

	אױ װײ!...

אױ װײ, דבֿורה, װאָס האָסטו מורא,
כ'בין אַ ביסל פֿרײלעך, כ'קען ניט שטײן?
דבֿורה לעבן, אים שׂימחת־תּורה
װער איז ניט פֿרײלעך?  זאָג אַלײן!

 	אױ װײ!...

צי עס דרען זיך מיט מיר די גאַסן,
צי עס דרײט זיך מיט מיר די שטוב?
דבֿורה, אָט האָסטו באמת גענאָסן!
לעבן זאָלסטו, דאָס לעבן איז ליב!

	אױ װײ!...

קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה
שׂימחת־תּורה, אױף דער גאַנצער װעלט!
תּורה איז די בעסטע סחורה
אַזױ האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט!

	אױ װײ! אױ־אױ־אױ!
	פֿרײלעך, קינדער, אָט אַזױ!
	רענדלעך שיטן זיך פֿון די זעק!
	פֿרײלעך ― אָן אַן עק!