שלמהלע ליבער
מרדכי געבירטיג
שלמהלע ליבער, כ'װיל ענדלעך װיסן,
זאָג מיר דעם אמת, װאָס איז מיט דיר?
עפּעס אַ סוד דאַכט זיך פּלאָגט דײַן געװיסן,
גײסט אַרום אומעטיק, ברוגז אױף מיר.
(רעפֿרײן)
שלמהלע ליבער, שלמהלע מײַן,
זאָג מיר דעם אמת, צי דאַרף אַזױ זײַן.
שלמהלע ליבער, זאָג מיר גאַנץ אָפֿן,
אין װאָס דײַן זאָרג, דײַן אומעט באַשטײט?
האָט אפֿשר בײלקע דיך װידער געטראָפֿן
און מיט איר נדן דעם קאָפּ דיר פֿאַרדרײט?
שלמהלע ליבער, קענסט זיך דערמאַנען
װאָס ערשט נישט לאַנג געזאָגט האָסטו מיר?
אין אַ קלײן שטיבל, נאָר מיט דיר צוזאַמען,
װאָס פֿאַר אַ װערט האָט דאָס לעבן אָן דיר.
שלמהלע ליבער, דאַרפֿסט זיך נישט שעמען,
זאָג מיר דעם אמת, זײַ נישט פֿאַרשטעלט,
האָסטו ליב בײלקען, צי װילסטו זי נעמען
בלױז נאָר דערפֿאַר, װײַל עס רײצט דיך איר געלט?
שלמהלע ליבער, כ'קען דיר דרױף שװערן,
ס'װעט נישט קײן שלום זײַן צװישן אײַך,
װעסט מיך נישט אײנמאָל דערמאָנען מיט טרערן,
כאָטש איך בין אָרעם און בײלקע איז רײַך.
(רעפֿרײן)
שלמהלע ליבער, שלמהלע מײַן,
װעסט דאַן באַדױערן, נאָר שפּעט װעט שױן זײַן.
|