שלאָף שױן, מײַן קינד
מרדכי געבירטיג

נו שלאָף שױן, מײַן קינד, מײַן ייִנגעלע קלײנס,
די אײגעלעך דײַנע מאַך צו ― 
	די מאַמע װעט קױפֿן אַ פֿערדל אַ שײנס,
	נאָר שלאָף־זשע מיר ― אײַ־ליו ליו־ליו.

אַ פֿערדל אַ שײנס, ס'װעט קאָסטן פֿיל געלט,
אַ װעגעלע אױך, אױף מײַן װאָרט,
	דו װעסט קאָנען פֿאָרן אַרום אין דער װעלט,
	אױפֿזוכן דײַן טאַטעשי דאָרט.

דײַן טאַטע, מײַן קינד, איז לאַנג שױן אַװעק,
אַ בריװל געשריבן, נישט מער.
	געפֿינסטו אים דאָרטן, דאַן פֿרעג אים, אױ פֿרעג,
	צי ליבט ער דײַן מאַמען נישט מער.

צי האָט ער פֿאַרגעסן זײַן װײַב און זײַן קינד,
אַ צװײטע פֿאַרטרעט דאָרט מײַן אָרט,
	צי אפֿשר חלילה, אױ װײ מיר און װינד,
	געשטאָרבן דער טאַטעשי דאָרט.

אײַ־ליו־ליו ― שלאָף, מײַן ייִנגעלע קלײנס,
אַ יתומל נעבעך ביסטו.
	איך װעל דיך לערנען אַ קדישל אַ שײנס,
	שלאָף־זשע מיר ― אײַ־ליו ליו־ליו.