פּסח
מאַרק װאַרשאַװסקי
― איך װעל אײַך דערצײלן דאָ, קינדער, אַ מעשׂה
װאָס ס'האָט זיך געטראָפֿן,
װאָס ס'האָט זיך פֿאַרלאָפֿן ―
„אױ װײ, זײדעניו, אױ װײ, זײדעניו, מיר הערן דיך!“
― מיר האָבן בײַם מיש די הגדה געזונגען.
פּסח געװעזן ― אַ פֿרײלעכער טאָג!
פּלוצעם זעען מיר שטײנער פֿליִען
אַהער און אַהין!
― „אױ װײ, זײדעניו, אױ װײ, זײדעניו, אַ יאָמער אַ קלאָג!“
― אַ שטײן איז אין אױג מײַן שׂרה'לען געפֿאַלן...
דאָס קינד איז געװעזן פֿונעם טוט אױף אַ האָר.
זײ זענען דורך די פֿענצטער געקראַכן,
געריסן, געבראָכן...
― „אױ װײ, זײדעניו, אױ װײ, זײדעניו, װײ איז די יאָר!“
― די בענקלעך געבראָכן, די קישנס געריסן ―
דער פּעך איז געפֿאַלן װי שנײ אױף דער ערד...
און מיט אַ פֿרײלעכן ניגון
האָבן געפֿײַפֿט און געשריגן...
― „אױ װײ, זײדעניו, אױ װײ, זײדעניו, אַן אומגליק באַשערט!“
―זײ זענען באַפֿאַלן דאָס גרױס בית־המדרש...
װי גרױס איז געװעזן און טיף אונדזער שמאַרץ!
די ספֿרים צעריסן,
פֿאַרפֿלעקט און צעשמיסן...
― „אײַ װײ, זײדעניו, אױ װײ, זײדעניו, ניט רײַס אונדז דאָס האַרץ!“
― אַ רעגן האָט געגאָסן צו דער לװיה...
אױ, װער װעט פֿאַרגעסן דעם דאָזיקן טאָג!
אַז מ'האָט באַהאַלטן די ספֿרים
האָבן געװײנט אַלע קבֿרים...
― „אױ װײ, זײדעניו, אױ װײ, זײדעניו, אַ יאָמער אַ קלאָג!“
|