אָרעמע שנײַדערלעך
מרדכי געבירטיג

װאָס װאָלט אַזױ געװען, מײַן טײַער עטעלע,
װען עס העלפֿט אונדז דער באַשעפֿער:
	מיר קױפֿן זיך אַ לאָס, אַזאַ מין צעטעלע,
	און מיר מאַכן דעם הױפּט־טרעפֿער?

― כ'װאָלט, יאָסעלע, געמאַכט אַ באַל פֿאַר אָרעמעלײַט
פֿײַן און ליב זײ אױפֿגענומען:
	נו, טרינקט, קבצנימלעך, און עסט געזונטערהײט,
	זאָל אײַך אַלע װױל באַקומען!

	(רעפֿרײן)
	זיצט אַ שנײַדערל, נײט און נײט
	פֿאַר די גבֿירימלעך בגדים ―
	לעבט אין דחקות, אין גרױס אָרעמקײט,
	די קינדער נעבעך נאַקעט־אָדם.
	זיסער גאָטעניו, ס'איז שױן צײַט,
	גענוג שױן צרות אונדז געגעבן,
	זאָלן אױך אַמאָל די אָרעמעלײַט
	צופֿרידן זײַן פֿון זײער לעבן.

― איך װאָלט מײַן שנײַדערײַ געפֿירט נאָר גרױס און ברײט,
צען געזעלן, צװײ טוץ מײדן,
	נישטאָ אין אונדזער פֿאַך קײן אַרבעטסלאָזיקײט,
	ס'גאַנצע שטעטל מיר באַקלײדן;
און איך װאָלט ס'הױז געקױפֿט פֿון אונדזער װירט דעם גבֿיר,
ער פֿאַרביטערט אונדז דאָס לעבן,
	זײַן שײנע װױנונג גלײַך פֿאַרנומען װאָלטן מיר,
	אונדזער דירה אים געגעבן.

	(רעפֿרײן)
	זיצט אַ שנײַדערל, נײט און נײט
	פֿאַר די גבֿירימלעך בגדים,
	לעבט אין דחקות, אין גרױס אָרעמקײט,
	די קינדער נעבעך נאַקעט־אָדם.
	זיצט אַ שנײַדערל, נײט און נײט,
	און פּלוצלונג נעמט גאָר אױס זײַן צעטל,
	און דאָס שנײַדערל לעבט איצט זיך ברײט,
	איז איצט דער גרעסטער גבֿיר אין שטעטל.

װי גוט װאָלט דאָס געװען, מײַן טײַער עטעלע,
דעם הױפֿט־טרעפֿער כ'װאָלט געװוּנען.
	װוּ נעמט מען אָבער געלט אױף אַזאַ צעטעלע,
	װען אױף ברױט מיר קױם פֿאַרדינען?

	(רעפֿרײן)
	זיצט אַ שנײַדערל, נײט און נײט
	פֿאַר די גבֿירימלעך בגדים,
	לעבט אין דחקות, אין גרױס אָרעמקײט,
	די קינדער נעבעך נאַקעט־אָדם.
	זיסער גאָטעניו, קײן שום פֿרײד
	איז אױף דער װעלט אונדז נישט געגעבן,
	זיצט אַ שנײַדערל, נײט און נײט,
	און בלײַבט אַ קבצן ס'גאַנצע לעבן.