נאָך איר
מאַרק װאַרשאַװסקי
ניט אַזױ דער טאָג, דער שײנער
האָט מיך צוגעצױגן,
װי דײַן פּנים ― דימענט רײנער,
דײַנע זיסע אױגן.
ניט אַזױ די די זיסע בשׂמים
פֿון די גרינע װעלדער,
װי דײַן שײנקײט אונטער בלומען
אױף די װײַטע פֿעלדער!...
ניט אַזױ די טרױער־טענער
פֿון די הימל־שטערן,
װי דײַן ליד װאָס האָט פֿון שטײנער
אױסגעריסן טרערן.
ס'לעצטע מאָל האָסטו געזונגען
װאָלט איך דענסטמאָלט װיסן!
האָסט דאָס האַרץ מיר דורכגעדרונגען,
און עס אױסגעריסן...
|