נעבן קלײַזל
מאַרק װאַרשאַװסקי
― גוט מאָרגן, משה, דיר!
― גוט מאָרגן, יאַנקעלע, דיר!
― װאָס הערט זיך עפּעס, משה, בײַ דיר?
― אַי! װאָס זאָל זיך הערן בײַ מיר?
דאָס לעבן איז צוקער־זיס:
איך װער פֿאַרשװאַרצט פֿון דעם קאָפּ ביז די פֿיס...
דאָס לעבן בײגט, דאָס לעבן ברעכט...
איך װײן....איך בין אפֿשר גערעכט?...
― גוט מאָרגן, משה, דיר!
― גוט מאָרגן, יאַנקעלע, דיר!
― װאָס הערט זיך עפּעס, משה, בײַ דיר?
― אַי! װאָס זאָל זיך הערן בײַ מיר?
איך הונגער אַ גאַנצע װאָך,
ניט לאַנג װעל איך שלעפּן נאָך...
דאָס װײַב שרײַט: משה, ס'אין שלעכט...
דאָס װײַב איז אפֿשר גערעכט?...
― גוט מאָרגן, משה, דיר!
― גוט מאָרגן, יאַנקעלע, דיר!
― װאָס הערט זיך עפּעס, משה, בײַ דיר?
― אַי! װאָס זאָל זיך הערן בײַ מיר?
אין דער דירה איז נאָס און קאַלט,
דער בעל־הבית װעט מיך אַרױסװאַרפֿן באַלד.
דער מוח טריקנט גאַנצע נעכט...
איז אפֿשר דער בעל־הבית גערעכט?...
― גוט מאָרגן, משה, דיר!
― גוט מאָרגן, יאַנקעלע, דיר!
― װאָס הערט זיך עפּעס, משה, בײַ דיר?
― אַי! װאָס זאָל זיך הערן בײַ מיר?
דער פּריץ איז בײַ מיר געװען,
איך האָב אים געמוזט פֿאַרשטאָפּן די צײן...
איך װאַרף מיך װי אין װאַסער אַ העכט...
דער פּריץ איז אפֿשר גערעכט?...
― גוט מאָרגן, משה, דיר!
― גוט מאָרגן, יאַנקעלע, דיר!
― װאָס הערט זיך עפּעס, משה, בײַ דיר?
― װאָס זאָל זיך הערן בײַ מיר?
איך בין קראַנק, איך שפּײַ מיט בלוט,
אין ביקור־חולים נעמט מען מיך ניט...
איך שטאַרב, איך גײ אױס װי אַ ליכט.
שאַ, ברודער, גאָט איז גערעכט!...
|