משהלע מײַן פֿרײַנד
מרדכי געבירטיג

װאָס מאַכסטו עפּעס, משהלע?
כ'דערקען דיך נאָך אָן בליק,
דו ביסט געװען מײַן חבֿרל
מיט יאָרן פֿיל צוריק,
און אױך אין חדר האָבן מיר
געלערנט לאַנג באַנאַנד,
אָט שטײט פֿאַר מיר דער רבי נאָך,
דער קאַנטשיק אין זײַן האַנט.

	אױ, װוּ נעמט מען צוריק די יאָרן,
	יענע שײנע צײַט,
	אױ, דאָס יונגע שײנע לעבן
	איז פֿון אונדז שױן װײַט,
	אױ, װי נעמט מען צוריק די יאָרן,
	משהלע, מײַן פֿרײַנד,
	אױ, נאָך יענעם בײזן רבין
	בענקט דאָס האַרץ נאָך הײַנט.

װאָס מאַכסטו, זאָג מײַן חבֿרל?
דײַן שמײכעלע אַצינד
דערמאַנט מיך דײַן עקשנותדיקײט
נאָך זײַענדיק אַ קינד,
דער רבי שמײַסט אין דיר אַרײַן,
ביסט אױפֿגערעגט און בלאַס,
נאָר אים להכעיס שמײכלסטו,
דער רבי שפּרינגט פֿון כּעס.
אױ, װוּ נעמט מען צוריק די יאָרן...

	אױ, װוּ נעמט מען צוריק די יאָרן...
	אױ, נאָך יענע שמיץ פֿון רבין
	בענקט דאָס האַרץ נאָך הײַנט.

װאָס מאַכט דײַן שװעסטער רחלע?
װי כ'װאָלט זי איצט געזען,
זי איז אַמאָל, געדענקסטו נאָך,
מיר נאָענט צום האַרץ געװען,
נאָר זי געליבט האָט בערעלען,
געהאַסט מיך אָן שום גרונט,
געבליבן איז אין האַרצן לאַנג
אַ נישט־פֿאַרהײלטע װוּנד.

	אױ, װוּ נעמט מען צוריק די יאָרן...
	אױ, נאָך יענער שײנער רחלע
	בענקט דאָס האַרץ נאָך הײַנט.

װי גײט עס עפּעס בערעלען,
אַבֿרהמעלע װאָס מאַכט?
און זאַלמעלע און יאָסעלע?
זײער אָפֿט פֿון אײַך געטראַכט,
געחלומט פֿון אײַך, קינדערלעך,
געזען זיך אין דער מיט,
געװאָרן אַלטע ייִדעלעך ―
װױ שנעל דאָס לעבן פֿליט.
	אױ, װוּ נעמט מען צוריק די יאָרן...
	אױ, נאָך יענע יונגע לײַדן
	בענקט דאָס האַרץ נאָך הײַנט.