מאָטעלע (דועט)
מרדכי געבירטיג
― װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, זאָג־זשע מיר?
ביסט ערגער נאָך פֿון פֿריִער געװאָרן,
באַקלאָגט האָט זיך דער רבי הײַנט אױף דיר,
אַז דו דערגײסט אים זײַנע יאָרן.
ס'איז נישט גענוג דו װילסט נישט לערנען גאָר,
דעם רבין נעבעך טוסט דערצערענען,
שלאָגסט זיך אַרום און שפּילסט זיך נאָר,
און שטערסט די קינדערלעך דאָס לערנען?
― נישט אמת, טאַטע, װאָס דער רבי זאָגט,
אַ שלעכטער מענטש, נישטאָ זײַן גלײַכן,
פֿאַרװאָס דערצײלט ער נישט, װי ער אונדז שלאָגט,
זע, טאַטעניו, דעם בלאָען צײכן.
כ'האָב מיט אַבֿרהמלען זיך צעװערטלט בלױז,
ער האָט מײַן חומשל צעריסן,
דערפֿאַר האָט אונדז דער רבי אױף זײַן שױס
נאָך מיט אַ ניגונדל געשמיסן.
― װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל? ענטפֿער דרױף:
די שכנים זאָגן, כ'מוז זײ גלױבן,
דו יאָגסט זיך גאַנצע טעג אַרום אין הױף,
און חבֿרסט זיך מיט יאַנעקס טױבן, ―
צי איז דאָס שײן פֿאַר ייִדן, זאָג אַלײן,
מיט טױבן זיך אַרום צו יאָגן?
האָסט נעכטן, מאָטל, װידער מיט אַ שטײן
דעם שכנס שױבן אױסגעשלאָגן?
― נישט אמת, טאַטע, ס'איז נאָר קױם אַרױס
אַ שטיקל שױב, מען קענ'ס צוקלעפּן.
איך יאָג זיך נישט, איך קוק זיך צו נאָר בלױז,
װי שײן די טײַבעלעך זיך שװעבן,
װי פֿרײַ זײ שפּרינגען זיך אַרום אין הױף.
װי שײן די קערנדלעך זײ פּיקן.
װי שנעל זײ גיבן זיך אַ לאָז אַרױף,
װען זײ אַ פֿרעמדע טױב דערבליקן.
― װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, כ'פֿרעג דיך נאָר?
אַ גרױסער יונג, קײן עין־הרע.
װען איך בין אַלט געװעזן דרײַצן יאָר,
געקענט װי װאַסער די גמרא.
אַ ייִד מוז לערנען תּורה מיט גרױס פֿרײד,
נישט האָבן נאַרישקײט אין זינען ―
אַז װױל דעם מענטש, װאָס איז צו גאָט, צו לײַט,
װאָס קען גוט לערנען און געלט פֿאַרדינען.
― דער זײדע האָט אַמאָל דערצײלט פֿון דיר,
פֿלעגסט אױך נאָך טײַבעלעך זיך יאָגן,
ביסט אױך פֿיל בעסער נישט געװען פֿון מיר,
דײַן רבי האָט דיך אױך געשלאָגן.
הײַנט קענסטו לערנען און האָסט געלט דערצו,
האָב, טאַטעניו, פֿאַר מיר קײן מורא,
װען איך װעל װערן גרױס, װעל איך, װי דו,
פֿאַרדינען געלט און לערנען תּורה.
|