מײַן יובֿל
מרדכי געבירטיג

שפּיל, קלעזמער, שפּיל־אױף מיר אַ לידל,
ס'איז הײַנט מײַן יובֿל, שפּיל מיט הומאָר
	אַ פֿרײלעכס! אַז שפּרינגען זאָל דײַן פֿידל,
	מיר איז געװאָרן הײַנט פֿופֿציק יאָר!

באַפֿרײַ מיך הײַנט פֿון מײַנע זאָרגן,
כ'װיל הײַנט אַ לעב טאָן ― שפּיל, אַלטער פֿרײַנד!
	איך װײס נישט װאָס ברענגען װעט דער מאָרגן,
	ס'קען זײַן מײַן שׂימחה די לעצטע הײַנט.

שױן פֿופֿציק איז מיר הײַנט געװאָרן,
צו מײַן סך־הכּל פֿעלט שױן נישט פֿיל,
	דער גליקלעכסטער טײל פֿון מײַנע יאָרן
	איז שנעל פֿאַרפֿלױגן ― שפּיל, קלעזמער, שפּיל!

פֿאַרפֿלױגן װי טענער פֿון פֿידל
מײַן שײנע יוגנט ― אַ חלום נאָר ―
	שפּיל, קלעזמער, מיר אױף אַ פֿרײלעך לידל,
	מיר איז געװאָרן הײַנט פֿופֿציק יאָר!