מײַן טאַטע אַ כּהן
מרדכי געבירטיג

כ'האָב פֿאַר דיר, מײַן העלד, קײן מורא,
שלאָג מיך נאָר, פּרוביר!
	קױם דערװיסט זיך דאָס מײַן טאַטע
	איז דאַן װײ צו דיר.

װײַל מײַן טאַטע איז אַ כּהן,
ס'איז מיט אים קײן שפּאַס:
	ער צערײַסן קען אַ מענטשן,
	װען ער װערט אין כּעס.

אײן מאָל האָט אין הױף אַבֿרהמל
מיר דערלאַנגט אַ שטױס,
	און מײַן טאַטע, רױט פֿון צאָרן,
	איז צו אים אַרױס.

נאָר אַ מזל האָט אַבֿרהמל ―
גראָד דעם אױגן־בליק
	שטאַרבט אַװעק זײַן קראַנקער טאַטע,
	אױ, האָט ער אַ גליק!

װײַל אַ כּהן מוז פֿאַרלאָזן
ס'הױז װוּ ס'ליגט אַ מת ―
	שלאָג מיך נאָר; דו מײנסט, אַז תּמיד
	טרעפֿט זיך אַזאַ נס?