מײַן הײם
מרדכי געבירטיג

נישט געזען מײַן הײם שױן אַ סך יאָרן,
בין איך איבער ימען געקומען צופֿאָרן.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל מײַן!
	אָט בין איך מיט מזל שױן אין מײַן הײם.

טײַערע הײם, אָך שװעסטערלעך און ברידער,
ליבינקע חבֿרים, איך װעל אײַך באַלד זען װידער.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל מײַן!
	תּיכּף פֿון דער באַן אין מײַן שטאָט אַרײַן.

אָט זע איך שױן בײמער פֿון די פּלאַנטן
שמײכלען צו מיר ליב, װי צו זײערס אַ באַקאַנטן.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל, פֿאָר!
	זע איך זײ אין חלום צי אױפֿן װאָר?

ס'פֿליִען גאַסן, װי פֿון װינט געטראָגן ―
אָט איז שױן רער רינגפּלאַץ, כ'הער דעם זײגער שלאָגן.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל, פֿאָר!
	יעדע מינוט איז מיר אַ יאָר.

אין ייִדישן קוזמאַרק שױן אַרײַנגעפֿאָרן ―
עפּעס אױפֿן האַרצן איז אומעטיק געװאָרן.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל, װיאָ!
	אַך, װי גוט געפֿילט כ'האָב אַמאָל זיך דאָ!

 
אָט באַגריסן מיך אַלט־באַקאַנטע בלאָטעס,
אָרעמע, רחמנותדיקע, ייִדישע קאַפּאָטעס.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל, װיאָ!
	דאָס איז דער ערשטער ברוך־הבאָ.

גרױע גאַסן, גרױע, קרומע װעגן,
גרױ און מרה־שחורהדיק איז אַלץ װאָס איך באַגעגן.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל, װיאָ!
	גרױ קומט אױס דאָס ייִדישע לעבן דאָ.

ייִדישע קראָמען, אָנגעפֿילט מיט זאָרגן,
ייִדעלעך פֿאַרדאגהטע, אָן הײַנט און אָן אַ מאָרגן.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל, װיאָ!
	אָרעמקײט און נױט װאַקסט פֿון שעה צו שעה.

נישט מער געטראָפֿן מלכּהלען מײַן שװעסטער,
רבֿקה שטאַרק פֿאַראָרעמט, און קראַנק איז נעבעך אסתּר.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל, װיאָ!
	אױך אַ סך חבֿרים שױן מער נישטאָ.

טײַערע חײם, אױ װײ צו די יאָרן ―
פֿון אַלע מײַנע טײַערע אַ תּל איז דאָ געװאָרן.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל מײַן!
	תּיכּף צו דער באַן, כ'קען דאָ מער נישט זײַן.

טײַערע הײם, מיך האָט צו דיר געצױגן!
איצט פֿון דיר אַנטלױף איך װי אַ פֿײַל פֿון בױגן.
	װיאָ, װיאָ, ברודערל מײַן!
	צוריק אין דעם לאַנד װוּ די לופֿט איז רײן!