אַ מלאך װערט געבױרן
מרדכי געבירטיג
איז דאָס אמת, מאַמעניו,
דער זײדע האָט געשװױרן ―
פֿון יעדן קדיש װאָס איך זאָג
אַ מלאך װערט געבױרן.
און מיט די מלאָכימלעך
דער טאַטע טוט באַפֿעלן?
אױ, מאַמע, כ'װעל קײן אײנציק מאָל
קײן קדיש נישט פֿאַרפֿעלן.
איז דאָס אמת, מאַמעניו,
געהערט דאָס פֿון דעם זײדן:
ס'באַדינען די מלאָכימלעך
דעם טאַטן אין גן־עדן,
און דער טאַטע קװעלט פֿון זײ,
װי ער פֿון מיר פֿלעגט קװעלן?
אױ, מאַמע, כ'װעל קײן אײנציק מאָל
קײן קדיש נישט פֿאַרפֿעלן.
|