קריגס־אינװאַליד
מרדכי געבירטיג

איך בעט אַ נדבֿה, אױ, ייִדישע קינדער!
בײַ אונדז אין דער הײם איז אַ נױט,
	די מאַמע אַ קראַנקע, דער טאַטע אַ בלינדער,
	פֿאַרזאָרגן מוז איך זײ מיט ברױט.

	(רעפֿרײן)
	װאַרפֿט אַראָפּ, גוטע מענטשן, אַ פּאָר גראָשן
	פֿאַר אַ בלינדן קריגס־אינװאַליד,
	װעמענס ליכט שױן אױף אײביק איז פֿאַרלאָשן,
	זען די װעלט װעט ער שױן קײן מאָל נישט,
	אױ, זען די װעלט װעט ער שױן קײן מאָל נישט.

דער טאַטעשי מײַנער איז בלינד נישט געבױרן
געװען אַ צײַט לאַנג אױפֿן שלאַכט,
	זײַן ליכט פֿון די אױגן אין שלאַכטפֿעלד פֿאַרלױרן,
	אַהײם אַ מעדאַל זיך געבראַכט.

	(רעפֿרײן)
	װאַרפֿט אַראָפּ, גוטע מענטשן, אַ פּאָר גראָשן
	פֿאַר אַ בלינדן, נישט געבױרן בלינד,
	װעמענס ליכט שױן אױף אײביק איז פֿאַרלאָשן,
	זען װעט ער נישט מער זײַן אײגן קינד,
	אױ, זען װעט ער נישט מער זײַן אײגן קינד,

געבראַכט אַ מעדאַל, אַ מתּנה פֿון קײסער,
פֿאַר זײַנע צװײ אױגן ― דער לױן,
	איצט מוז ער גין בעטלען אַרום אין די הײַזער,
	העלפֿט, מענטשן, אַ בלינדן פּאַרשױן.

	(רעפֿרײן)
	װאַרפֿט אַראָפּ, גוטע מענטשן, אַ פּאָר גראָשן
	פֿאַר אַ בלינדן ― פֿאָלגן פֿון דער שלאַכטן
	װעמענס ליכט שױן אױף אײביק איז פֿאַרלאָשן,
	ס'לעבן זײַנס אַ חושכדיקע נאַכט,
	אױ, ס'לעבן זײַנס אַ חושכדיקע נאַכט.

איך בעט אַ נדבֿה, אױ, ייִדישע קינדער!
איר האָט דאָך קײן האַרץ פֿון מעטאַלן
	די מאַמע אַ קראַנקע, דער טאַטע אַ בלינדער,
	פֿון שלאַכטפֿעלד געבראַכט אַ מעדאַל.

	(רעפֿרײן)
	װאַרפֿט אַראָפּ, גוטע מענטשן, אַ פּאָר גראָשן
	פֿאַר אַ בלינדן װאָס שטרעקט אױס זײַן האַנט,
	װעמענס ליכט שױן אױף אײביק איז פֿאַרלאָשן,
	בלינד ― אַ קרבן פֿאַר זײַן פֿאָטערלאַנד..
	אױ, בלינד ― אַ קרבן פֿאַר זײַן פֿאָטערלאַנד.