אױף קדוש־השם
מאַרק װאַרשאַװסקי

נאַכט.  דאָס ליד װערט געזונגען אין דער פֿינצטער, לוגנדיק אַרום אַ פֿײַערל

כ'ליג דאָ אין פֿײַער,
ס'ברענט אַרום מיר ―
פֿאָטער געטרײַער,
כ'שטאַרב דאָ פֿאַר דיר...
פֿינצטער די שטערן
אין דײַן געצעלט,
ס'ניסן זיך טרערן
דורך אױף דער װעלט...

	כאָר
	די װעלט װיל אַ קרבן
	װײנט אַלע מיט...
	דער גוף איז געשטאָרבן ―
	די זעל אָבער ניט!

די הענט אױ אין קײטן
הײב איך קױם אױף;
די אױגן זײ בעטן
גיכער דעם סוף.
לײגט אונטער פֿײַער,
גיסט אונטער הײל...
נאַכט, ביסט מיר טײַער...
שמע ישׂראל!

	כאָר
	גאָט דו ביסט אײנער!
	זאָגט אַלע מיט...
	ס'ברענען די בײנער
	די זעל אָבער ניט.

װײ װעם דאָס לעבן
קײנמאָל געלאַכט,
װען װאָלקנס שװעבן,
יאָגן די נאַכט...
װײס דאָך דער מינדסטער,
דאָס װאָס איך זאָג:
תּמיד װערט פֿינצטער
אײדער ס'װערט טאָג.

	כאָר
	די װעלט װיל אַ קרבן...

ס'גײט אױס דער פֿײַער,
שטיל שלאָגט דאָס האַרץ...
פֿאָטער געטרײַער,
כ'פֿיל ניט קײן שמאַרץ...
דו האָסט געגעבן,
דו נעמסט צוריק...
שװער איז דאָס לעבן,
שטאַרבן אַ גליק.

	כאָר
	די װעלט װיל אַ קרבן...

ס'שײַנט דאָרט ― אַ מורא
שרעק ניט, מײַן זעל,
גיט מיר די תּורה ―
שמע ישׂראל!
נעענטער, ברידער,
נאָענט איז גאָט,
הימלישע לידער
זינגען: אחד!

	כאָר
	גאָט דו ביסט אײנער!...