חלוצים־ליבע
מרדכי געבירטיג
צי קענסטו מיר, צפּורקע, פֿאַרטרױען דעם סוד ―
כ'װעל קײנעם נישט זאָגן, איך שװער דיר בײַ גאָט ―
צי האָסטו זיך באַנוצט מיט אַ כּישוף־געטראַנק?
איך גײ אױס פֿון ליבע, כ'בין דול שױן, כ'בין קראַנק.
איך זע דיך אין חלום, איך זע דיך װען כ'װאַך,
בײַ נאַכט אין דער קבֿוצה, װען כ'שטײ אױף דער װאַך,
אין פֿעלד מיט חלוצים, װען כ'אַקער און זײ,
אָט װאַקסט אױס צפּורקע און איך זיך דערפֿרײ.
צי האָט מיך פֿאַרכּישופֿט, צפּורקע, דו מײַן
דײַן זיסינקער שמײכל פֿול ייִדישער חן,
צי גאָר דײַנע שװאַרצינקע אײגעלעך צװײ,
אַ שטאָלצע חלוצה אַרױס קוקט פֿון זײ.
צי װען איך פֿאַרטראַכט זיך, װױ מוטיק דו האָסט
דײַן מאַמען, דײַן הײמיש ליב שטעטל פֿאַרלאָזט,
װי יעטװעדעס שטײנדל דײַן קינדהײט דערמאָנט,
געקומען אַהער צו אױפֿבױען דאָס לאַנד.
און אפֿשר, צפּורקע, װען כ'זע דיך פֿאַרטראַכט,
געפּײַניקט פֿון בענקשאַפֿט, פֿון הונגער פֿאַרשמאַכט,
פֿאַרברענט פֿון מאַלאַריע, ליגסט אײנזאַם אין שטוב
און לײַדסט מיט עקשנות און נעמסט אַלץ פֿאַר ליב.
איך בעט דיך, צפּורקע, פֿאַרטרױ מיר דעם סוד ―
כ'װעל קײנעם נישט זאָגן, איך שװער דיר בײַ גאָט ―
צי האָסטו זיך באַנוצט מיט אַ כּישוף־געטראַנק?
איך גײ אױס פֿון ליבע, כ'בין דול שױן, כ'בין קראַנק.
|