חד־גדיא
מאַרק װאַרשאַװסקי
לאָמיר זינגען דאָרט און דאָ,
משה, נעם די פֿידל:
דעם חד־גדיא, חד־גדיא ―
כאָטש דאָס לידעלע איז אַלט,
נאָר ס'װעט װערן ייִנגער באַלד...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
צי די סטרונעס אַלע אָן
װײַל דאָס לידל הײבט זיך אָן!
יעדער װײס דאָס ― גרױס און קלײן ―
אַז בײַם אַלטן טאַטן,
איז אַ ציגעלע געװען...
הערט אַ משׂא־מתּן:
קומט אַ קעצל ― ס'איז ניט פֿױל,
כאַפּט דאָס ציגעלע אין מױל...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
כ'האָב נאָך געהערט אין װיגעלע
דאָס לידל פֿון דעם ציגעלע...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
טוט זיך פֿון דער קײט אַ ריס
אַ פּיסקאַטע הינטל,
טוט דאָס קעצעלע אַ ביס,
יאָגט גלײַך װי אַ װינטל...
יאָגט אױף אַלע פֿיר צוריק,
איבער װאַסער אָן אַ בריק...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
יאָג זיך, טראָג זיך, הינטעלע ―
ניט תּמיד װײעט אַ װינטעלע!...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
װאָס ס'איז װײַטער דאָרט געשען
װעל איך אײַך באַלד זאָגן:
קומט אַ שטעקעלע צו גײן,
כאַפּט דאָס הינטל שלאָגן...
דאָס היטל שרײַט ― ס'איז אַ געװאַלד!
ביז עס װערט אַנטשװיגן באַלד...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
שטעקן, שטעקן, שטעקעלע
פֿון יעדער זײט אַן עקעלע!
קומט דאָס פֿײַער אױפֿן אָרט ―
פּשוט מיט סכּנות...
און צעברענט זיך דאָ און דאַרט
גאָר אומברחמנות...
ביז אין הימל גײט דער רױך
און פֿאַרברענט דאָס שטעקעלע אױך...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
פֿײַער! פֿײַער...אױ עס בריט...
אױ, דאָס לעבן קאָכט און זידט...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
האָט דאָס װאַסער דאָס דערזען ―
אױ די הילף איז טײַער ―
קומט דאָס װאַסער גלײַך צו גײן
און פֿאַרלעשט דאָס פֿײַער...
װוּ ס'איז נאָר געװען אַ פֿונק,
איז פֿאַרלאָשן באַלד אַלצדינג...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
װאַסער! װאַסער! גיס און גיס,
װוּ דו לױפֿסט, גיב אָפּ אַ גריס...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
קומט אַן אָקס, אַלײן ניט גרױס,
נאָר מיט הערנער גרױסע,
טרינקט דאָס גאַנצע װאַסער אױס,
װי מען טרינקט אַ כּוסע...
מיט דער צונג זיך שטאַרק באַלעקט ―
ס'האָט די כּוסע אים געשמעקט...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
אָקסן דאָ, און אָקסן דאָרט...
אָן אַ לשון, אָן אַ װאָרט...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
קומט דער שוחט ― פֿעט װי שמאַלץ,
מיט אַ שאַרפֿן מעסער,
מאַכט דער מעסער איבערן האַלדז ―
בלוט רינט גאַנצע פֿעסער...
נאָר אַ כריפּ האָט מען געהערט,
ליגט דער אָקס שױן אױף דער ערד...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
שוחט, שוחט, ― גרינגע האַנט...
ס'גיסט זיך בלוט אין גאַנצן לאַנד!...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
קומט דער מלאך־המות צו גײן ―
ער האָט געפֿונען אַ קרבן ―
האָט דער שוחט אים דערזען
איז ער האַלב געשטאָרבן.
דער שוחט װײנט און פֿרעגט: „פֿאַר װאָס?“
האָט ער באַקומען אַ שנעל אין דער נאָז...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
דער מלאך־המות קלאַפּט אין דער טיר:
עפֿן, עפֿן, איך קום נאָך דיר...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
לאָזט זיך גאָט אַראָפּ אַלײן ―
ער טרײַבט ניט קײן קאַטאָװעס...
האָט ער אױף דער ערד דערזען
דעם אַלטן מלאך־המות...
גאָט האָט זיך צוגערירט צו זײַן שױס
איז פֿון מלאך געװאָרן אױס...
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
גאָט איז צוריק דום הימל אַרױף ―
יעדעס לידל האָט אַ סוף.
חד־גדיא! חד־גדיא! חד־גדיא!
|