איך האָב דיך ליב
מרדכי געבירטיג

איך האָב דיך ליב, עס פֿעלן װערטער מיר,
מײַן שטאַרקע ליבע אַרױסצוזאָגן דיר,
איך האָב דיך ליב, דאָך שעלט איך דעם מאָמענט
אין יענעם טאָג, װען איך האָב דיך דערקענט,
דיך האָט געבענטשט מיט שײנקײט די נאַטור,
ביסט זײער אַ שײנע, גראַציעז איז דײַן פֿיגור,
װאָס נוצט אַ בלום, װאָס זעטיקט ס'אױג נאָר בלױז,
אַ בלום װאָס ניט קײן דופֿט פֿון זיך אַרױס.

	(רעפֿרײן)
	איך האָב דיך ליב, עס פֿעלן װערטער מיר,
	מײַן שטאַרקע ליבע אַרױסצוזאָגן דיר,
	איך האָב דיך ליב, דאָך שעלט איך דעם מאָמענט
	אין יענעם טאָג, װען איך האָב דיך דערקענט.

איך האָב דיך ליב, דאָך ביסטו נישט פּאָר מיר,
דיר פּאַסט אַ חתן אַ רײַכער קאַװאַליר,
װאָס איז בלױז גוף און פּוסט אַזױ װי דו,
און האָט אַן אױטאָ, אַ שאָפֿער אױך דערצו,
און געלט אַ סך, ביסט דאָך פֿאַרליבט אין געלט,
װעסט קענען קױפֿן זיך אַלץ װאָס דיר געפֿעלט,
און נאָר דערפֿאַר האָסטו קײן האַרץ צו מיר,
איך האָב רחמנות, רחמנות שטאַרק אױף דיר.

	(רעפֿרײן)

איך האָב דיך ליב, כ'האָב לײַדער נישט געװוּסט,
װי פֿלאַך דו ביסט, אַך, װי נאַריש און װי פּוסט,
ס'הערשט אױף דער װעלט אַן עלנטקײט, אַ טױט,
אַ קאַמף פֿאַר אַרבעט אױף לעבן און אױף טױט,
אַ װײ־געשרײ נעמט איצט די װעלט אַרום ―
דיר ליגט אין זינען נאָר פּודער, שמינק, פּאַרפֿום,
דער פֿײַנסטער הוט, מאָדערנע קלײדער פֿיל,
דאָס איז דײַן חלום, דאָס איז דײַן לעבנסציל.

	(רעפֿרײן)