הוליעט, הוליעט, קינדערלעך
מרדכי געבירטיג

שפּילט אײַך ליבע קינדערלעך ―
	דער פֿרילינג שױן באַגינט!
אױ װי בין איך, קינדערלעך,
מקנא אײַך אַצינד.

	הוליעט, הוליעט, קינדערלעך,
	כּל־זמן איר זענט יונג,
	װײַל פֿון פֿרילינג ביז צום װינטער
	איז אַ קאַצן־שפּרונג.

שפּילט אײַך, ליבע קינדערלעך;
	פֿאַרזױמט קײן אױגן־בליק.
נעמט מיך אױך אַרײַן אין שפּיל,
פֿאַרגינט מיר אױך דאָס גליק.

	הוליעט, הוליעט, קינדערלעך...

קוקט נישט אױף מײַן גראָען קאָפּ,
	צי שטערט דאָס אײַך אין שפּיל?
מײַן נשמה איז נאָך יונג,
װי צ'ריק מיט יאָרן פּיל.

	הוליעט, הוליעט, קינדערלעך...

מײַן נשמה איז נאָך יונג
	און גײט פֿון בענקשאַפֿט אױס,
אַך, װי גערן װילט זיך איר
פֿון אַלטן גוף אַרױס.

	הוליעט, הוליעט, קינדערלעך...

שפּילט אײַך, ליבע קינדערלעך,
	פֿאַרזױמט קײן אױגן־בליק,
װײַל דער פֿרילינג עקט זיך באַלד,
מיט אים דאָס העכסטע גליק.

	הוליעט, הוליעט, קינדערלעך...