גאָט איז אַ פֿאָטער
מאַרק װאַרשאַװסקי

אַ ליד פֿון רומעניע

כאָטש כ'בין פֿאַרשאָלטן דאָ פֿון יעדן ― אױ, אױ, אױ
כאָטש כ'לעב אין צרות און אין לײדן ― אָט אַזױ!
	נאָר װי פֿאַרן עמוד,
	זינג איך תּמיד:
		גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ!

איר שלאָגט מיט אײַזערנע מיך ריטער ― אױ, אױ, אױ!
איר מאַכט מײַן לעבן שװער און ביטער ― אָט אַזױ!
	נאָר בנאמנות,
	ס'איז אָן סכּנות:
		גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ!

איר מעגט מיך מוטשען, מיר דערקוטשען ― אױ, אױ, אױ!
מיך שלאָגן, יאָגן, שטעכן, ברעכן ― אָט אַזױ!
	אױ־װײ! אױ־װײ!!
	גם זו לטובֿה,
		גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ!

איך קאָן קײן ברױט די קינדער געבן ― אױ, אױ, אױ!
ס'איז נאָר אַ װוּנדער װי זײ לעבן ― אָט אַזױ!
	אױ ניטע, קינדער,
	ס'איז ניט קײן װוּנדער:
		גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ!

צ'איז אונדזער מזל שױן באַגראָבן ― אױ, אױ, אױ!
צי װעלן מיר אױף שבת האָבן ― אָט אַזױ!
	אױ דבֿורה לעבן,
	גאָט װעט געבן:
		גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ!

דער פֿעטער פּסח קומט צו לױפֿן ― אױ, אױ, אױ!
גײ פּרוּװ אױף יום־טובֿ מצות קױפֿן ― אָט אַזױ!
	אױ דבֿורה, דבֿורה,
	האָב ניט מורא:
		גאָט איז אַ פֿאָטער―אױ! אױ! אױ!

דער װינטער איז מיט כּעס געקומען ― אױ, אױ, אי!
צװײ שײטלעך האָלץ װוּ װעלן מיר נעמען ― אָט אַזױ!
	װאָס הער איך װעלטן,
	פֿרעסט און קעלטן?
		גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ!

דו װײסט דער װינטער װעם פֿאַרפֿליִען, אױ, אױ, אױ!
איך זע, די זון גײט אױף אין ציון ― אָט אַזױ!
	פֿון הײסע טרערן
	װעט װאָרעם װערן ―
		גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ!