דער פֿאָדעם
מאַרק װאַרשאַװסקי

די זון האָט זיך באַהאַלטן,
איר שײַן איז שױן ניטאָ...
איך גײ און גײ,
איך זע, איך זע
די נאַכט, זי איז שױן דאָ.
יעדער שטאָך מיט דער נאָדל
טוט מיר אַ שטאָך אין האַרצן,
קײנער װײס ניט מײַן פּײַן און מײַנע שמאַרצן...
	דאָס פּנים, דאָס פּנים
	װי דער טױט בלאַס;
	דער פֿאָדעם, דער פֿאָדעם
	פֿון טרערן נאָס!

דער טאַטע איז געשטאָרבן,
די מאַמע אין שפּיטאָל.
איך גײ און גײ,
איך זע, איך זע
איר װײטאָג אַלע מאָל.
כ'גײ מאָרגן צו דער מאַמען
אױף אַ גאַנצע נאַכט.
מאַמע, איך האָב דיר מײַן נשמה געבראַכט.
	דאָס פּנים...

דוד האָט אָפּגעשיקט די תּנאָים,
װײ איז מײַנע יאָר!...
איך גײ און גײ,
איך זע, איך זע
גענאַרט האָט ער מיך גאָר!
ער נעמט אַן אַנדער מײדל,
אַ כּלה יאָ מיט געלט...
װיסט און פֿינצטער איז מײַן װעלט!
	דאָס פּנים...

בײַ דער שװערסטער אַרבעט
שטײט דודס בילד פֿאַר מיר...
איך גײ און גײ,
איך זע, איך זע
גליקלעך איז ער מיט איר!
נאָר װאָס איז זי דאָ שולדיק ―
זי האָט דאָך אױך אַ האַרץ...
אפֿשר פֿילט זי דעם אײגענעם שמאַרץ!
	דאָס פּנים...

דאָס ליכט איז אױסגעגאַנגען
נאָר ס'גײט ניט אױס מײַן קלאָג...
איך גײ און גײ,
איך זע, איך זע
ס'איז שױן געװאָרן טאָג!
אָפּגעריסן האָט זיך דער פֿאָדעם
װי מײַן האַרץ אױף צװײ...
טרערן גיסן, טרערן טריפֿן אױף זײ...
	דאָס פּנים...