פֿאַרװאָס, זאָג מיר, מאַמעניו
מרדכי געבירטיג

פֿאַרװאָס, זאָג מיר, מאַמעניו,
דער טאַטעשי זאָל לעבן
האָט קײן מאָל נישט קײן צײַט װי דו
מיט מיר זיך אָפּצוגעבן,
מאַמעניו, אױ, מאַמעניו,
זאָג־זשע מיר פֿאַרװאָס?

― װײַל ער איז אַן אַרבעטער,
בײַ יענעם נאָך דערצו,
לױפֿט נישט פּוסט־און־פּאַס אַרום
מיט ייִנגעלעך װי דו.
הער שױן אױף צו פּלױדערן,
כ'האָב קינד מײַנס דאָס נישט ליב,
באַלד קומט אָן דער טאַטעשי, ―
נישט אױפֿגערױמט די שטוב.

― פֿאַרװאָס קומט דער טאַטעשי ―
כ'װיל, מאַמעניו, דאָס װיסן,
אַהײם פֿון דאָרט אַ ברוגזער,
פֿאַרשװיצט און אָפּגעריסן?
מאַמעניו, אױ, מאַמעניו,
זאָג־זשע מיר פֿאַרװאָס?

― װײַל ער זעגט און הובלעװעט,
אַז אַלץ אױף אים װערט נאַס,
יאָגט זיך נישט װי דו אַרום
מיט הינטעלעך אין נאַס.
הער שױן אױף צו פּלױדערן,
שױן דול פֿון דיר דער קאָפּ,
באַלד קומט אָן דער טאַטעשי, ―
טראָג גיכער ס'מיסט אַראָפּ.

― פֿאַרװאָס טוט דער טאַטעשי,
צו װאָס, פֿאַר װעמענס װעגן,
די ברעטער דאָרטן הובלעװען
אױף שטיקלעך זײ צעזעגן?
מאַמעניו, אױ, מאַמעניו,
זאָג־זשע מיר פֿאַרװאָס?

― דער טאַטע זעגט און הובלעװעט
די ברעטער אַזױ לאַנג,
ביז ס'װאַקסט פֿון רױע ברעטער אױס
אַ טישעלע, אַ שאַנק.
הער שױן אױף צו פּלױדערן,
דאָס צינגל דיר באַהאַלט,
באַלד קומט אָן דער טאַטעשי,
דער אױװן איז נאָך קאַלט.

― פֿאַרװאָס, מאַמע, האָבן מיר ―
מיך טוט דאָס שטאַרק פֿאַרדריסן ―
אַן אַלט צעבראָכן שענקעלע,
אַ פֿױלן טיש, אַ מיאוסן?
מאַמעניו, אױ מאַמעניו,
זאָג־זשע מיר פֿאַרװאָס?

― װײַל, מײַן קינד,  אַן אַרבעטער
אױף עסן קױם פֿאַרדינט,
דער שוסטער אַרבעט שיכעלעך
און באָרװעס גײט זײַן קינד.
הער שױן אױף צו פּלױדערן,
נישט נודע מיך אַזױ,
אָט גײט שױן דער טאַטעשי
און ס'עסן איז נאָך רױ.