פֿאַרװאָס װײנסטו, שײנדעלע
מרדכי געבירטיג
פֿאַרװאָס װײנסטו, שײנדעלע, טעכטערל דו מײַן,
דײַנע הײסע טרערעלעך רירן ביז צום בײן
דײַנע הײסע טרערעלעך זאָלן גײן פֿאַר גאָט,
זאָג װאָס קװעלט דיך, פֿאַר אַ מאַמען טאָר ניט זײַן קײן סוד.
― אױ װײ, מאַמע, גאָט געטרײַער!
אין מײַן האַרצן ברענט אַ פֿײַער,
עפּעס װי פֿאַרכּישופֿט כ'װאָלט געװען,
עפּעס האָט מיט מיר געטראָפֿן
כ'קען נישט עסן, כ'קען נישט שלאָפֿן,
כ'װײס נישט, מאַמע, װאָס מיר איז געשען.
― אפֿשר טוט װײ ס'קעפּעלע, טעכטערל דו מײַן,
אפֿשר אַ בײז אױגעלע, ס'קען אַלץ מעגלעך זײַן,
יעדן טאָג שדכנימלעך שלאָגן אָפּ די טיר,
װערסט מיט מזל באַלד אַ כּלה פֿאַר אַ רײַכן גבֿיר.
― אױ װײ, מאַמע, כ'װעל אַנטלױפֿן,
כ'װיל פֿאַר געלט זיך נישט פֿאַרקױפֿן,
ס'האָט אַ בחור מיר זיך שױן דערקלערט,
יאָסעלע, װאָס װױנט דערלעבן,
אָן אים קען איך מער נישט לעבן,
אים נאָר ליב איך, ער איז מיר באַשערט.
― װאָס איז מיט דיר שײנדעלע, טעכטערל דו מײַן,
יאָסעלע, דער שנײַדער־יונג, ער דײַן מאַן זאָל זײַן?
װעסט דאָך בײַ אים הונגערן, לײַדן נױט און קעלט,
צװײ דליתים גײען טאַנצן אָן אַ גראָשן געלט.
― װאָס מיר קעלט און װאָס מיר הונגער,
איך בין יונג און ער אַ יונגער,
גרױס װעט זײַן פֿאַר אונדז די קלענסטע שטוב,
כ'װעל מיט טרוקן ברױט זיך נערן,
יאָסעלע מוז מײַנער װערן,
מאַמעניו, דו װײסט נישט װאָס הײסט ליב.
― כ'װײס, כ'װײס, כ'האָב, טעכטערל, מיטלײד שטאַרק מיט דיר,
אױפֿגעװעקט אַן אַלטע װוּנד טיף אין האַרץ בײַ מיר,
אױפֿגעװעקט אַן אַלטע װוּנד, יאָרן פֿיל פֿאַרבײַ,
בעסער שװײַגן, נישט דערמאָנען, ס'טוט נאָך אַזױ װײ.
― אױ, װײ, מאַמע, גאָט געטרײַער,
אײביק ברענען זאָלן אין פֿײַער
די װאָס האָבן אױסגעטראַכט דאָס געלט.
מאַמעניו, איך האָב באַשלאָסן,
יאָסעלע מוז זײַן מײַן חתן,
אים נאָר ליב איך, ער נאָר מיר געפֿעלט.
|