אונדזער שטעטל ברענט
מרדכי געבירטיג

ס'ברענט! ברידערלעך, ס'ברענט!
אױ, אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט!
בײזע װינטן מיט ירגזון
רײַסן, ברעכן און צעבלאָזן
שטאַרקער נאָך די װילדע פֿלאַמען,
אַלץ אַרום שױן ברענט.

	און איר שטײט און קוקט אַזױ זיך
	מיט פֿאַרלײגטע הענט
	און איר שטײט און קוקט אַזױ זיך ―
	אונדזער שטעטל ברענט.

ס'ברענט! ברידערלעך, ס'ברענט!
אױ, אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט!
ס'האָבן שױן די פֿײַער־צונגען
דאָס גאַנצע שטעטל אײַנגעשלונגען ―
און די בײזע װינטן הוזשען,
אונדזער שטעטל ברענט!

	און איר שטײט און קוקט אַזױ זיך
	מיט פֿאַרלײגטע הענט
	און איר שטײט און קוקט אַזױ זיך ―
	אונדזער שטעטל ברענט.

ס'ברענט! ברידערלעך, ס'ברענט!
אױ, עס קען חלילה קומען דער מאָמענט:
אונדזער שטאָט מיט אונדז צוזאַמען
זאָל אױף אַש אַװעק אין פֿלאַמען,
בלײַבן זאָל ― װי נאָך אַ שלאַכט,
נאָר פּוסטע, שװאַרצע װענט!

	און איר שטײט און קוקט אַזױ זיך
	מיט פֿאַרלײגטע הענט
	און איר שטײט און קוקט אַזױ זיך ―
	אונדזער שטעטל ברענט.

ס'ברענט! ברידערלעך, ס'ברענט!
די הילף איז נאָר אין אײַך אַלײן געװענדט.
נעמט די כּלים, לעשט דאָס פֿײַער,
לעשט מיט אײַער אײגן בלוט,
באַװײַזט, אַז איר דאָס קענט.

	שטײט ניט, ברידער, אָט אַזױ זיך
	מיט פֿאַרלײגטע הענט.
	שטײט ניט, ברידער, לעשט דאָס פֿײַער ―
	אונדזער שטעטל ברענט!