דער מאַמעס ענטפֿער
מאַרק װאַרשאַװסקי
אױ דײַן בריװ
האָט מיר טיף
דאָס האַרץ אױף צװײ צעשניטן;
גאָט אַלײן
האָט געזען
װאָס איך האָב דאָ געליטן.
יעדעס װאָרט
אין בריװ צו מיר
האָב איך אױסגעקושט באַזונדער;
איך בין געװעזן
נעבן דיר
און נעבן מײַנע קינדער!...
גאָט װעט געבן
מיר װעלן זיך זען ―
גאָטס װילן װײסט ניט קײנער...
קומען װעט
דער טאָג צו גײן ―
קומען װעט דער שײנער!...
קומען װעם
דער טאָג צו גײן
קומען װעט דער שײנער ―
מיר זאָל זײַן
פֿאַר דיר, מײַן זון,
און פֿאַר דײַנע בײנער!...
קינד, ניט קלאָג;
און ניט װײן,
דו דאַרפֿסט דאָס האַרץ פֿאַרשליסן...
אױף דעם פֿעלד
בין איך געװען
דעם טאַטן לאָזן גריסן.
דו מײַן קרױן,
דו מײַן האַרץ,
נעם צו דער מאַמעס ברכה...
אַזױ גרױס
װי דאָ מײַן שמאַרץ
זאָל גרױס זײַן דײַן הצלחה!...
זײַ געזונט
מיט װײַב און קינד...
איך בין דײַן טרײַע מוטער!
װאָס־זשע װײנסט
דו אַזױ אַצינד,
באַקלאָגסט זיך אַזױ ביטער?
קומען װעט
אַמאָל דער טאָג,
קומען װעט דער שײנער!
קינד, ניט װײן
און ניט קלאָג,
פֿאַרשױן דער מאַמע'ס בײנער!
|