די זון
מאַרק װאַרשאַװסקי
די זון איז אױפֿגעגאַנגען,
עס שײַנט אין יענעם אָרט...
מיט הימלישע געזאַנגען
פֿליִען פֿײגל דאָ און דאָרט!
הער! זיסע לידער קלינגען ―
זײ נעמען דאָס האַרץ אַרױס...
זײ קלינגען, זײ באַזינגען
די װעלט װי זי איז גרױס!
װי זאָל די זון ניט שײַנען,
די פֿײגל זיך ניט פֿרײען:
גאָט פֿירט אונדז אױס אױס פֿון דאַנען,
אױס טרערן, אױס געװײן!
די הענט שױן אױפֿגעבונדן.
צעבראָכן ליגט די קײט...
דער גלות איז פֿאַרשװוּנדן!
פֿאַרשװוּנדן צער און לײד!
ביז װאַן די זון װעט זינקען ―
דערלאַנגט דעם בעסטן װײן!
לחײם װעל איך טרינקען:
לאָז גאָט מצליח זײַן!
לחײם אונדזערע ברידער!
לחײם אונדזערע פֿרײַנד!
קלינגט הױך, קלינגט הױך, איר לידער
אױף תּמיד אַזױ װי הײַנט.
די זון איז אױפֿגעגאַנגען,
זי שײַנט אין יערן אָרט...
מיט הימלישע געזאַנגען
פֿליִען פֿײגל דאָ און דאָרט!
הער! זיסע לידער קלינגען ―
זײ נעמען דאָס האַרץ אַרױס...
זײ קלינגען, זײ באַזינגען
די װעלט װי זי איז גרױס!
|