דער זינגער פֿון נױט
מרדכי געבירטיג

אױ, אָרעמער נאַרישער זינגער,
ביסט נאָך אין דײַן פֿאַך נישט געניט,
	דו קריכסט נאָר אין גבֿירישע הױפֿן,
	צי האָט דאָרט אַן אָפּקלאַנג דײַן ליד?

די רײַכע, די זאַטע מאַגנאַטן,
זײ רירט נישט דײַן טרױעריק געמיט,
	פֿון זײ דאָרט באַקומסטו קײן גראָשן,
	צו זײ דאָרט דערגרײכט נישט דײַן ליד.

דו װילסט אױף דײַן זינגען מבֿינים
און געלט אױך פֿאַרדינען דערבײַ?
	גײ, זוך זײ אין אָרעמע הײפֿלעך,
	דאָרט זינג דײַנע לידלעך פֿאַר זײ.

און זינג זײ דאָס לידל פֿון עלנט,
דאָס טרױעריקע לידל פֿון נױט,
	פֿון פֿינצטערע קױטיקע שטיבלעך,
	װוּ ס'הוליעט דער מלאך פֿון טױט.

פֿון בלאַסע פֿאַרקריפּלטע קינדער,
פֿון טרוקענע בריסטן גענערט,
	װאָס װעלקן נאָך אײדער זײ בליִען,
	נאָך אײדער דער טױט זײ פֿאַרצערט.

יאָ, זינג זײ די טרױעריקע לידלעך,
זײ זײַנען געשאַפֿן פֿאַר זײ,
	דײַן לידעלע װעט דאָרט באַגלײטן
	אַ הילכיקער יאָמער־געשרײ.