דאָס ליד פֿון דעם ברױט
מאַרק װאַרשאַװסקי

געװידמעט די ייִדישע קאָלאָניסטן, צו זינגען אין פֿעלד נאָך דער אַרבעט

גרױסער גאָט! מיר זינגען לידער ―
אונדזער הילף ביסטו אַלײן!
	נעמט צונױף די סנאָפּעס, ברידער,
	ביז די זון װעט אונטערגײן.

לאָז די זון אונדז בריִען, בראָטן,
זי האָט אונדז געשײַנט צום גליק:
	זעט דאָס ברױט איז אונדז געראָטן...
	קינדער, קײנמאָל ניט צוריק!...

גרױסער גאָט! דו העלפֿסט דעם מענטשן,
אַז ער רופֿט צו דיר אין נױט!
	זאָלסט אונדז װײַטער טאַקע בענטשן
	מיט הצלחה און מיט ברױט!...

נעמט־צונױף אײַך אַלע אין אײנעם,
נחת האָבן מיר שױן פֿיל...
	און דעם גאָלדענעם קראַנץ דעם שײנעם
	פֿון די זאַנגען טראָגט אין שול.

לאָזן אונדזערע קינדער װיסן
פֿון אַ לעבן אױף דער װעלט,
	אַז דאָס ברױט, און יעדער ביסן
	איז פֿון אונדזער אײגן פֿעלד!...

גרױסער גאָט! מיר זינגען לידער ―
אונדזער הילף ביסטו אַלײן!
	נעמט צונױף די סנאָפּעס, ברידער,
	ביז די זון װעט אונטערגײן!...