בלומקע, מײַן זשידוּװקעŻydówka: ייִדישע טאָכטער מרדכי געבירטיג בלומקע, מײַן זשידוּװקע, אַך, זײַ פֿון גאָט געזעגנט, האָסט אפֿשר מײַנע ציגעלעך ערגעץ־װוּ באַגעגנט? ― כ'האָב זײ, ליבער סטאַכוStanisław, אין ערגעץ נישט געטראָפֿן, אױ, װעט הײַנט דײַן בײזער טאַטקע דיך דערפֿאַר באַשטראָפֿן. געחלומט פֿון דיר, סערצע, געזען אין פֿעלד דיך ליגן, פּלוצלונג קוק איך, אַך, װוּ זענען מײַנע װײַסע ציגן? ―אפֿשר, ליבער סטאַכו, ס'איז אַנדערש נישט צו קלערן, זענען זײ אין װאַלד פֿאַרקראָכן ― אױ, דאָרט װױנען בערן! ― באָזשעBoże: גאָט! אַך, מײַן בלומקע, װאָס זאָל איך איצט באַגינען, נישט געהיטן מײַנע ציגעלעך, דיך געהאַט אין זינען. , ― זײ קײן נאַר, מײַן סטאַכו, נישט דיר באַשערט איז בלומקע, ליבער, נעם אַרױס דײַן פֿײַפֿל, שפּיל מיר אױך אַ דומקע . ― כ'װעל מײַן טאַטנס קרוּװקעkrówka: קו און אַלץ װאָס כ'האָב פֿאַרקױפֿן, לאָמיר בײדע, שײנע בלומקע, ערגעץ װײַט אַנטלױפֿן. ― זײ קײן נאָר, מײַן סטאַכו, אױ, נישט פֿאַרקױף די קרוּװקע! זוך דיר אױף אין דאָרף אַ גױקע ― איך בין אַ זשידוּװקע! רױטלעך שױן דער הימל, די זון פֿאַרגײט פּאַװאָליע, אַך, װוּ זענט איר, מײַנע ציגעלעך, קומט באַװײנט מײַן דאָליע. |