אױף דעם אַלטן בית־עולם
מאַרק װאַרשאַװסקי

אױף דעם אַלטן בית־עולם טיף שפּעט אין דער נאַכט,
װען דער װינט האָט געבלאָזן מיט רעש און מיט מאַכט,
איז אַ יונגע אַלמנה געשטאַנען אַלײן
און געבראָכן די הענט מיט אַ ביטער געװין...

ניט מיט פּערל און גאָלד האָט געשימערט איר קלײד,
ניט מיט פּערל און גאָלד איז'ס געװעזן באַנײט,
אױף איר פּנים דעם בלאַסן, פֿאַרשטײנערט, און שװער
זענען טרערן געהאַנגען, אַ טרער אױף אַ טרער...

זי האָט געבראָכן די הענט און געװײנט: װײ איז מיר!
עפֿן גיכער מײַן קבֿר, גאָט, נעם מיך צו דיר!
שױן אַ װעלט איז פֿאַראומגליקט ― ס'איז אַ מורא צו זען...
הער די קבֿרים װײנען ― אַ ביטער געװײן.

כ'טראָג מײַן גורל מיט טרערן פֿון תּמיד אָן שװער,
כ'טראָג מײַן גורל דעם שװערן, נאָר כ'קאָן שױן ניט מער.
כ'קאַן ניט צוזען: דעם װײטיק, די אָפֿענע װוּנד
פֿון דער אָרעמער מוטער, די טרער פֿון דעם קינד!

אױ, איר ייִדישע טרערן פֿאַרזאָטן מיט בלום,
אױ, איר ייִדישע טרערן װוּ זענט איר דען ניט?
װי פֿאַרפֿרױרן, פֿאַרקאָװעט פֿון װינד און פֿון קעלט,
װאַקסן אױס פֿון אײַך שטײנער ― פֿון שטײנער אַ װעלט!...

אַזױ האָט די אַלמנה געװײנט אָן אַ שיעור ―
פּלוצעם, זעט זי אַ מלאך, ― ער שטײט נעבן איר,
זי פֿאַרדעקט איר בלאַס פּנים פֿאַר שרעק מיט די הענט,
און דער מלאך האָט זיך צו דעם אומגליק געװענדט:

אױ, ניט װײן און ניט יאָמער, דו אומגליקלעך האַרץ,
כ'בין געקומען אױף פֿליגל דיר שטילן דײַן שמאַרץ.
כ'בין געקומען צו דיר, נאָר איך פֿלי באַלד צוריק...
כ'בין דאָס גליק אין דעם לעבן ― אין לעבן דאָס גליק!

איך װיל קומען אַמאָל צו דער זינדיקער װעלט,
װוּ די זון איז פֿאַרהאַנגען, די זון איז פֿאַרשטעלט...
איך װיל ברענגען מיט מיר איבער בערג, איבער טאָל
דעם גן־עדן, באַגליקן די ערד נאָך אַמאָל!...

מיט דעם װאָרט איז דער מלאך צום הימל צוריק...
ס'איז געבליבן דאָס אומגליק ― אַװעק איז דאָס גליק...
אױף דעם אַלטן בית־עולם שפּעט, טיף אין דער נאַכט
האָט ניט אױפֿגעהערט זיפֿצן דער װינט מיט זײַן מאַכט...

אױף דעם הײליקן אָרט בין איך װידער געװען,
און אַ שװאַרצע געשטאַלט האָב איך דאָרטן געזען ―
כ'האָב די אַלטע אַלמנה בײַם קבֿר דערקענט:
זי האָט ביטער געװײנט און געבראָכן די הענט!...