אַבֿרהמל דער מאַרװיכער
מרדכי געבירטיג
אָן אַ הײם בין איך יונג געבליבן,
ס'האָט די נױט מיך אַרױפֿגעטריבן,
װען איך האָב נאָך קײן דרײַצן יאָר געהאַט,
אין דער פֿרעמד, װײַט פֿון מאַמעס אױגן,
האָט אין שמוץ מיך די גאַס דערצױגן,
געװאָרן איז פֿון מיר אַ װױלער יאַט.
(רעפֿרײן)
איך בין אַבֿרהמל, דער פֿעיִקסטער מאַרװיכער,
אַ גרױסער קינסטלער, כ'אַרבעט לײַכט און זיכער,
דאָס ערשטע מאָל, כ'װעל'ס געדענקען ביזן טױט,
אַרײַן אין תּפֿיסה פֿאַר לקחענען אַ ברױט, אױ, אױ,
כ'פֿאָר נישט אױף מאַרקן װי יענע פּראָסטע יאַטן,
כ'צופּ נאָר בײַ קאַרגע, שמוציקע מאַגנאַטן,
כ'בין זיך מחיה, װען כ'טאַפּ אַזאַ מאַגנאַט,
איך בין אַבֿרהמל גאָר אַ װױלער יאַט.
אין דער פֿרעמד נישט געהאַט צום לעבן,
געבעטן ברױט, אַן אָרעמער פֿלעגט נאָך געבן,
נאָר יענע לײַט, װאָס זײַנען תּמיד זאַט,
פֿלעגן אָפֿט טרײַבן מיך מיט צאָרן,
ס'װאַקסט אַ גנבֿ, ס'איז מקוים געװאָרן ―
אַ גנבֿ בין איך, נאָר אַ װױלער יאַט.
(רעפֿרײן)
איך בין אַבֿרהמל, דער פֿעיִקסטער מאַרװיכער,
אַ גרױסער קינסטלער, כ'אַרבעט לײַכט און זיכער,
אַ יאַט אַ קלײנער אַרײַן אין קוטשעמענט,
אַרױס אַ מזיק, אַ זעלטענער טאַלענט, אױ, אױ,
כ'פֿאָר נישט אױף מאַרקן װי יענע פּראָסטע יאַטן
כ'צופּ נאָר בײַ קאַרגע, שמוציקע מאַגנאַטן,
כ'האָב ליב אַ מענטשן, אַ מילדן, אַ נאַש־בראַט,
איך בין אַבֿרהמל גאָר אַ װױלער יאַט.
שױן נישט לאַנג װעט דאָס שפּיל געדױערן,
קראַנק פֿון קלעפּ, גיפֿט פֿון תּפֿיסה־מױערן,
נאָר אײן בקשה, כ'װאָלט אַזױ געװאָלט ―
נאָך מײַן טױט, אין אַ טאָג אַ טריבן,
זאָל אױף מײַן מצבֿה שטײן געשריבן
מיט אותיות גרױסע און פֿון גאָלד:
(רעפֿרײן)
דאָ ליגט אַבֿרהמל, דער פֿעיִקסטער מאַרװיכער,
אַ מענטש אַ גרױסער געװען װאָלט פֿון אים זיכער,
אַ מענטש אַ פֿײַנער, מיט האַרץ, מיט געפֿילן
אַ מענטש אַ רײנער, װי גאָט אַלײן נאָר װיל, אױ, אױ,
װען איבער אים װאָלט געװאַכט אַ מאַמעס אױגן,
װען ס'װאָלט די פֿינצטערע גאַס אים ניט דערצױגן,
װען נאָך אַלס קינד ער אַ טאַטן װאָלט געהאַט,
דאָ ליגט אַבֿרהמל, יענער װױלער יאַט.
|