דאָס אַלטע פּאָר פֿאָלק
מרדכי געבירטיג

חיה, מײַן װײַבל, דו שלאָפֿסט?
― איך שלאָף נישט, מיך נעמט נישט קײן שלאָף,
דער זײגער אין דרױסן שלאָגט צװײ אין דער נאַכט,
און איך האָב ביז איצט נאָך קײן אױג נישט פֿאַרמאַכט,
כ'לײד איובֿס יסורים, ס'נעמט גאָרנישט קײן סוף,
און איך האָב ביז איצט נאָך קײן אױג נישט פֿאַרמאַכט,
	די עלטער, אױ, איז אַ גאָטס־שטראָף.

― חײמל, זאָג מיר, דו שלאָפֿסט?
― איך שלאָף נישט, ס'איז, חיה, זײער מיאוס,
מיך שטעכן די זײַטן, עס מוטשעט דער הוסט,
און שװער; װי אַ צענטן אָט דאָ אױף דער ברוסט,
דאָס װעטער װעט, חיהלע, מאָרגן זײַן מיאוס,
מיך רײַסן די הענט און די פֿיש.

― חיהלע זאָג מיר, דו שלאָפֿסט?
― איך שלאָף נישט, דערמאַנט זיך אָן זײ,
פֿון יאָסלען איז לאַנג שױן קײן בריװל געװען,
און שײנדל ― גאָט װײסט װאָס מיט איר איז געשען,
פֿון אַלץ פֿיר קינדער געבליבן מיר צװײ,
	געהאַט אַמאָל נחת פֿון זײ.

― חײמל, זאָג מיר, דו שלאָפֿסט?
― איך שלאָף נישט, אױך איך פֿון זײ טראַכט,
הײַנט חנהלעס בעט אױפֿן בױדעם געזען,
אַמאָל איז דאָס בעטל אונדז נוצלעך געװען,
אױך יאַנקעלעס װיגל, מיר האָט זיך געדאַכט,
	איך זע אים, איך הער װי ער לאַכט.

― חיהלע זאָג מיר, דו שלאָפֿסט?
― געדרימלט, געחלומט פֿון זײ,
אין שטוב אַלע קינדער, איך בעט זיך בײַ זײ;
אױ, קינדערלעך, שרײַט נישט, דער קאָפּ טוט מיר װײ!
נאָר באַלד איז דער זיסינקער חלום פֿאַרבײַ ―
	אױ, ס'בענקט זיך נאָך יענעם געשרײ.

― חײמל, טוסט זיך שױן אָן?
― יאָ, ס'טאָגט שױן, עס קרײט שױן דער האָן,
געלױבט דער אין הימל, געפּטרט אַ נאַכט,
געדרײט זיך פֿון װײטיק, קײן אױג נישט פֿאַרמאַכט.
נאָר באַלד, מײַן ליב חיהלע, ברענגט אונדז דער סוף
	דעם שטילן, דעם אײביקן שלאָף.