געשיכטע נומער דרײַצן
פֿ ו נ ע ם פּ ר י ז י װ
— פֿון װאַנען איך פֿאָר? ― רופֿט זיך אָן צו מיר אַ ייִד אַ הױכער,
אַ דאַרער, אַ באָרדיקער, מיט אַ פּלוסן היטל; ער האָט נאָר־װאָס אָפּגע־
דאַװנט און לײגט־צונױף דעם טלית און תּפֿילין.— פֿון װאַנען איך
פֿאָר? אַז אָך און װײ איז מיר, איך פֿאָר פֿונעם פּריזיװ פֿאָר איך. דאָס
איז מײַנער טאַקע אַ זון, אָט דער יונגערמאַן, װאָס ליגט אָט דאָ אױסגע־
צױגן אַף דער באַנק. דאָס פֿאָר איך מיט אים פֿון יעהופּעץ פֿאָר איך.
געװען באַ אַדװאָקאַטן זיך אַן עצה האַלטן, און אין אײנװעגס באַ פּראָ־
פֿעסאָרן האָרכן, װאָס װעלן ז ײ זאָגן װאָס? אַ פּריזיװ האָט מיר גאָט צו־
געשיקט. פֿיר מאָל געשטאַנען, און נאָך נישט פֿאַרטיק. און דװקא אַ
בן־יחיד, אײנאונאײנציקער הײסט דאָס, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער
פּערװיזראַדניק... װאָס קוקט איר מיך אָן װאָס? ס'איז אײַך פּריקרע?
איר מעגט דאָס האָרכן מעגט איר עס.
די היסטאָריע פֿון דער געשיכטע איז אַזאַ מעשׂה: אַלײן בין איך
אַ מעזערעטשער פֿון מעזערעטש; אַ נולד בין איך, דאָס הײסט אַ געבאָ־
רענער, װי מע זאָגט, אַ מאַזעפּעװקער; אַ נכתּבֿ, אַ צוגעשריבענער הײסט
דאָס, אַ װאָראָטיליװקער; דאָס הײסט, אַמאָל בין איך, נישט הײַנט גע־
דאַכט, געזעסן אין װאָראָטיליװקע בין איך, נאָר הײַנט זיץ איך אין
מעזערעטש. װער איך בין און װי אַזױ איך הײס ― איז אײַך קײן גרױסע
|
|
geshikhte numer draytsn
funem prizi v
― fun vanen ikh for? ― ruft zikh on tsu mir a yid a hoykher,
a darer, a bordiker, mit a plusn hitl; er hot nor-vos opge-
davnt un leygt-tsunoyf dem tales un tfilen.― fun vanen ikh
for? az okh un vey iz mir, ikh for funem priziv for ikh. dos
iz mayner take a zun, ot der yungerman, vos ligt ot do oysge-
tsoygn af der bank. dos for ikh mit im fun yehupets for ikh.
geven ba advokatn zikh an eytse haltn, un in eynvegs ba pro-
fesorn horkhn, vos veln zey zogn vos? a priziv hot mir got tsu-
geshikt. fir mol geshtanen, un nokh nisht fartik. un davke a
bn-yokhid, eyn#un#eyntsiker heyst dos, a reyner, an emeser, a kosherer
pervizradnik... vos kukt ir mikh on vos? s'iz aykh prikre?
ir megt dos horkhn megt ir es.
di historye fun der geshikhte iz aza mayse: aleyn bin ikh
a mezeretsher fun mezeretsh; a nuld bin ikh, dos heyst a gebo-
rener, vi me zogt, a mazepevker; a nkhWB, a tsugeshribener heyst
dos, a vorotilivker; dos heyst, amol bin ikh, nisht haynt ge-
dakht, gezesn in vorotilivke bin ikh, nor haynt zits ikh in
mezeretsh. ver ikh bin un vi azoy ikh heys ― iz aykh keyn groyse
|
געשיכטע נומער דרײַצן
פֿ ו נ ע ם פּ ר י ז י װ
— פֿון װאַנען איך פֿאָר? ― רופֿט זיך אָן צו מיר אַ ייִד אַ הױכער,
אַ דאַרער, אַ באָרדיקער, מיט אַ פּלוסן היטל; ער האָט נאָר־װאָס
אָפּגעדאַװנט און לײגט־צונױף דעם טלית און תּפֿילין.— פֿון װאַנען איך
פֿאָר? אַז אָך און װײ איז מיר, איך פֿאָר פֿונעם פּריזיװ פֿאָר איך. דאָס
איז מײַנער טאַקע אַ זון, אָט דער יונגערמאַן, װאָס ליגט אָט דאָ
אױסגעצױגן אַף דער באַנק. דאָס פֿאָר איך מיט אים פֿון יעהופּעץ פֿאָר איך.
געװען באַ אַדװאָקאַטן זיך אַן עצה האַלטן, און אין אײנװעגס באַ
פּראָפֿעסאָרן האָרכן, װאָס װעלן ז ײ זאָגן װאָס? אַ פּריזיװ האָט מיר גאָט
צוגעשיקט. פֿיר מאָל געשטאַנען, און נאָך נישט פֿאַרטיק. און דװקא אַ
בן־יחיד, אײנאונאײנציקער הײסט דאָס, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער
פּערװיזראַדניק... װאָס קוקט איר מיך אָן װאָס? ס'איז אײַך פּריקרע?
איר מעגט דאָס האָרכן מעגט איר עס.
די היסטאָריע פֿון דער געשיכטע איז אַזאַ מעשׂה: אַלײן בין איך
אַ מעזערעטשער פֿון מעזערעטש; אַ נולד בין איך, דאָס הײסט אַ
געבאָרענער, װי מע זאָגט, אַ מאַזעפּעװקער; אַ נכתּבֿ, אַ צוגעשריבענער הײסט
דאָס, אַ װאָראָטיליװקער; דאָס הײסט, אַמאָל בין איך, נישט הײַנט
געדאַכט, געזעסן אין װאָראָטיליװקע בין איך, נאָר הײַנט זיץ איך אין
מעזערעטש. װער איך בין און װי אַזױ איך הײס ― איז אײַך קײן גרױסע
|