געשיכטע נומער זיבן
ד ע ר ל ײ ד י ק ג ײ ע ר
װײסט איר, װוּ דאָס בעסטע פֿאָרעכטס איז? דאָס בעסטע, דאָס
שטילסטע און דאָס רויִקסטע?
מיטן „לײדיקגײער“.
אַזױ האָבן די באָהאָפּאָליער ייִדן אַ נאָמען געגעבן די שמאָלע אײַ־
זנבאַן, װאָס שנײַדט־דורך אַ גאַנצע רײע שטעטלעך: באָהאָפּאָליע, הײסין,
טעפּליק, נעמיראָװ, כאַשטשעװאַטע און נאָך אַזעלכע געבענטשטע מקו־
מות, װוּ אָדם־הראשונס פֿוס האָט קײנמאָל נישט געטראָטן.
די באָהאָפּאָליער ייִדן, װאָס האָבן אַ שם אַף דער װעלט פֿאַר װערטל־
זאָגערס, דערצײלן זיך אָן פֿונעם „לײדיקגײער“ מעלות מיט מעלות.
ערשטנס, האָט איר קײן מורא נישט, זאָגן זײ, פֿאַר פֿאַרשפּעטיקן.
װען איר זאָלט נישט קומען, כאַפּט איר אים. הײַנט װאָס איז װערט,
זאָגן זײ, דאָס, װאָס איר דאַרפֿט אײַך נישט שלאָגן פֿאַר אַן אָרט? איר
קאָנט אָפּפֿאָרן, זאָגן זײ, אַ גאַנצע שטרעקע אײן מענטש אַלײן, ליגן
אױסגעצױגן װי אַ שׂררה און אױסשלאָפֿן זיך אַף אַלע זײַטן.
דאָס איז לױטער אמת. שױן אַ װאָך דרײַ, אַז איך רײַז־אַרום מיטן
דאָזיקן „לײדיקגײער“ אין יענעם װינקל און שטײ אַף אײן אָרט. עפּעס
טאַקע נאָר װי אַ מין כּשוף! נאָר מײנט נישט, אַז איך באַקלאָג מיך.
אַדרבה. איך בין זײער צופֿרידן. װאָרעם איך זע מיך דאָרט אָן אַזעלכע
שײנע זאַכן און איך הער מיך אָן אַזױ פֿיל מעשׂיות מיט געשיכטעס, אַז
איך װײס נישט, װען װעל איך זײ אַלע קאָנען אַרײַנשרײַבן צו מיר אין
ספֿר־הזכרונות?
|
|
geshikhte numer zibn
der leydikgeye r
veyst ir, vu dos beste forekhts iz? dos beste, dos
shtilste un dos ruikste?
mitn "leydikgeyer''.
azoy hobn di bohopolyer yidn a nomen gegebn di shmole ay-
znban, vos shnaydt-durkh a gantse reye shtetlekh: bohopolye, heysin,
teplik, nemirov, khashtshevate un nokh azelkhe gebentshte mku-
muT, vu odm-hr#shuns fus hot keynmol nisht getrotn.
di bohopolyer yidn, vos hobn a shem af der velt far vertl-
zogers, dertseyln zikh on funem "leydikgeyer'' mayles mit mayles.
ershtns, hot ir keyn moyre nisht, zogn zey, far farshpetikn.
ven ir zolt nisht kumen, khapt ir im. haynt vos iz vert,
zogn zey, dos, vos ir darft aykh nisht shlogn far an ort? ir
kont opforn, zogn zey, a gantse shtreke eyn mentsh aleyn, lign
oysgetsoygn vi a srore un oysshlofn zikh af ale zaytn.
dos iz loyter emes. shoyn a vokh dray, az ikh rayz-arum mitn
dozikn "leydikgeyer'' in yenem vinkl un shtey af eyn ort. epes
take nor vi a min Kshuf! nor meynt nisht, az ikh baklog mikh.
adrbh. ikh bin zeyer tsufridn. vorem ikh ze mikh dort on azelkhe
sheyne zakhn un ikh her mikh on azoy fil mayses mit geshikhtes, az
ikh veys nisht, ven vel ikh zey ale konen araynshraybn tsu mir in
sfr-hzikhroynes?
|
געשיכטע נומער זיבן
ד ע ר ל ײ ד י ק ג ײ ע ר
װײסט איר, װוּ דאָס בעסטע פֿאָרעכטס איז? דאָס בעסטע, דאָס
שטילסטע און דאָס רויִקסטע?
מיטן „לײדיקגײער“.
אַזױ האָבן די באָהאָפּאָליער ייִדן אַ נאָמען געגעבן די שמאָלע
אײַזנבאַן, װאָס שנײַדט־דורך אַ גאַנצע רײע שטעטלעך: באָהאָפּאָליע, הײסין,
טעפּליק, נעמיראָװ, כאַשטשעװאַטע און נאָך אַזעלכע געבענטשטע
מקומות, װוּ אָדם־הראשונס פֿוס האָט קײנמאָל נישט געטראָטן.
די באָהאָפּאָליער ייִדן, װאָס האָבן אַ שם אַף דער װעלט פֿאַר
װערטלזאָגערס, דערצײלן זיך אָן פֿונעם „לײדיקגײער“ מעלות מיט מעלות.