דער בלוטיקער שפּאַס
דאָס צװײ־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: אין טעאַטער
געקומען אין טעאַטער אַרײַן, האָט מען זיך אױסגעטאָן אין דער
גאַרדעראָבע, און בעטי האָט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך דעם װײַסן
װאַרעמען קאַפּאָר און געבליבן אין איר שװאַרץ אײנפֿאַך קאַשעמירן
קלײד מיט שװאַרצן סטעקליאַרוס [стеклярус: פּאַטשערקע, קרעל], װאָס האָט זיך אָפּגעפֿינקלט אױף
אירע פּראַכטפֿול־אױסגעקײַלעכיקטע פֿאָרמען, און אירע
אײנפֿאַך־פֿאַרקעמטע האָר, װאָס האָבן אַרומגעברעמט איר קלאָר מאַטעװן פּנים,
האָבן איר צוגעגעבן אַזױ פֿיל חן, אַז מע האָט זי גיך באַמערקט
אין טעאַטער צװישן אַ סך אַנדערע שײנהײטן אינעם דאָזיקן אָװנט,
און אַ סך־אַ סך אױגן האָבן אױף איר געקוקט. אַ סך לאָרנעטן און
בינאָקלען האָבן זיך אָנגעשטעלט אַהין, װוּ דאָס פּאָרל האָט זיך
באַזעצט. דאָס האָבן זײ געזען בײדע, און בײדע האָבן
פֿאַרשטאַנען, אַז די לאָרנעטן מיט די בינאָקלען זענען אָנגעשטעלט אַלע אױף
דעם דאָזיקן שײנעם מײדל מיט איר יונגען באַגלײטער, װאָס קאָן
זײַן אָדער אירער אַ ברודער, אָדער אַ חתן, אָדער אַזױ אַ באַקאַנטער
קאַװאַליר... דאָס האָט געפֿירט דערצו, אַז בעטיס בליִענדע
בעקלעך מיט אירע כאַראַקטער־הן־גריבעלעך זאָלן זיך נאָך מער
פֿאַררױטלען, װי רעכטע צײַטיקע פֿערשקעס, ביזן װײַסן האַלדז אַרײַן,
און זי זאָל װערן נאָך מער רײצנד און נאָך מער ציִען אױף זיך
די אױגן פֿון פּובליקום, װאָס האָט צוליב שאַליאַפּינען אָנגעפֿילט דעם
פּאַרטער, די לאָזשן מיט דער גאַלעריע פֿון אױבן ביז אַראָפּ, אַזױ
אַז ס'איז ניט געװען אַן עפּל דורכצוּװאַרפֿן.
ערשט דעמאָלט האָבן די לאָרנעטן מיט די בינאָקלען
אױפֿגעהערט צו קוקן אױף דער אַרײַנגעקומענער בעטי, אַז עס האָט זיך
|
|
der blutiker shpas
dos tsvey-un-tsvantsikste kapitl: in teater
gekumen in teater arayn, hot men zikh oysgeton in der
garderobe, un beti hot aropgevorfn fun zikh dem vaysn
varemen kapor un geblibn in ir shvarts eynfakh kashemirn
kleyd mit shvartsn steklyarus [стеклярус: patsherke, krel], vos hot
zikh opgefinklt oyf
ire prakhtful-oysgekaylekhikte formen, un ire
eynfakh-farkemte hor, vos hobn arumgebremt ir klor matevn ponem,
hobn ir tsugegebn azoy fil kheyn, az me hot zi gikh bamerkt
in teater tsvishn a sakh andere sheynhaytn inem dozikn ovnt,
un a skh-a sakh oygn hobn oyf ir gekukt. a sakh lornetn un
binoklen hobn zikh ongeshtelt ahin, vu dos porl hot zikh
bazetst. dos hobn zey gezen beyde, un beyde hobn
farshtanen, az di lornetn mit di binoklen zenen ongeshtelt ale oyf
dem dozikn sheynem meydl mit ir yungen bagleyter, vos kon
zayn oder irer a bruder, oder a khosn, oder azoy a bakanter
kavalir... dos hot gefirt dertsu, az betis bliende
beklekh mit ire kharakter-hn-gribelekh zoln zikh nokh mer
farroytlen, vi rekhte tsaytike fershkes, bizn vaysn haldz arayn,
un zi zol vern nokh mer reytsnd un nokh mer tsien oyf zikh
di oygn fun publikum, vos hot tsulib shalyapinen ongefilt dem
parter, di lozhn mit der galerye fun oybn biz arop, azoy
az s'iz nit geven an epl durkhtsuvarfn.
ersht demolt hobn di lornetn mit di binoklen
oyfgehert tsu kukn oyf der arayngekumener beti, az es hot zikh