דער בלוטיקער שפּאַס
דאָס פֿערצנטע קאַפּיטל
אָן הענט!
װען אונדזער ראַבינאָװיטש זאָל טאַקע זײַן דער אמתער
ראַבינאָװיטש, ניט פּאָפּאָװ, װאָלט ער, האָבנדיק אַ מעדאַל און ניט אַרײַן אין
אוניװערסיטעט, זיכער אַזױ געשמאַק ניט געשלאָפֿן, װי דער איז
געשלאָפֿן אין דער דאָזיקער נאַכט... ניט נאָר ער האָט ניט געהערט
ניט קײן מוראדיקע קלונגען, ניט קײן טופּען פֿון אַ סך פֿיס און ניט
קײן קולות פֿון אַ סך מענטשן, ער האָט אַפֿילו ניט געהערט, װי דער
בעל־הבית זײַנער, דוד שאַפּיראָ, שטײט איבער אים און טאָרעט אים
בײַ דער קאָלדרע און װעקט אים אַלע מאָל העכער און העכער:
„ראַבינאָװיטש! ראַבינאָװיטש!! ראַבינאָװיטש!!!“... ראַבינאָװיטש איז
גאָר געװען װײס איך װוּ! ערגעץ אױף שליטעלעך האָט ער זיך
געשליטלט באַרג־אַראָפּ, איבער שנײ, און ניט אַלײן, נאָר דװקא אין
צװײען, און דװקא מיט בעטין, װאָס האָט אים אַרומגענומען מיט
בײדע הענט, צוגעטוליעט איר פּנים צו זײַן פּנים, אירע חנעװדיקע
בעקלעך צו זײַנע ליפּן, און ער קושט זי, קושט זי, קושט זי, און
זי לאַכט, רײַסט זיך פֿון זײַנע הענט און לאַכט, און ער קושט זי
און קושט זי און ציט זי צו זיך. „װוּהין ציסט דו מיך?“ ― קום,
טײַערע! קום, בעטי! „װוּהין?“ ― אַהין, אַהין, אין קלױסטער אַרײַן...
„אין קלױסטער? כאַ־כאַ־כאַ! װאָס װעלן מיר טאָן אין קלױסטער?“ ―
דאָרט װעלן מיר חתונה האָבן. דאָרט װעל איך דיך נעמען. דאָרט
װעסט דו זײַן מײַנע, מײַנע, מײַנע!...
― װאָס באַלעבעטשעט איר: מײַנע, מײַנע, מײַנע? ― זאָגט דער
בעל־הבית צום קװאַרטיראַנט און שלעפּט פֿון אים די קאָלדרע. ―
|
|
der blutiker shpas
dos fertsnte kapitl
on hent!
ven undzer rabinovitsh zol take zayn der emeser
rabinovitsh, nit popov, volt er, hobndik a medal un nit arayn in
universitet, zikher azoy geshmak nit geshlofn, vi der iz
geshlofn in der doziker nakht... nit nor er hot nit gehert
nit keyn mur#dike klungen, nit keyn tupen fun a sakh fis un nit
keyn koyles fun a sakh mentshn, er hot afile nit gehert, vi der
balebos zayner, Doved shapiro, shteyt iber im un toret im
bay der koldre un vekt im ale mol hekher un hekher:
"rabinovitsh! rabinovitsh!! rabinovitsh!!!''... rabinovitsh iz
gor geven veys ikh vu! ergets oyf shlitelekh hot er zikh
geshlitlt barg-arop, iber shney, un nit aleyn, nor davke in
tsveyen, un davke mit betin, vos hot im arumgenumen mit
beyde hent, tsugetulyet ir ponem tsu zayn ponem, ire Hnevdike
beklekh tsu zayne lipn, un er kusht zi, kusht zi, kusht zi, un
zi lakht, rayst zikh fun zayne hent un lakht, un er kusht zi
un kusht zi un tsit zi tsu zikh. "vuhin tsist du mikh?'' ― kum,
tayere! kum, beti! "vuhin?'' ― ahin, ahin, in kloyster arayn...
"in kloyster? kha-kha-kha! vos veln mir ton in kloyster?'' ―
dort veln mir khasene hobn. dort vel ikh dikh nemen. dort
vest du zayn mayne, mayne, mayne!...
― vos balebetshet ir: mayne, mayne, mayne? ― zogt der
balebos tsum kvartirant un shlept fun im di koldre. ―