שלום עליכם
דאָס דרײַצנטע קאַפּיטל: יהודית
עס קאָן זײַן, אַז מיר האָבן זיך אַ ביסל צוגעאײַלט דערמיט,
װאָס מיר האָבן אַרױסגעגעבן דוד שאַפּיראָן אַן אַטעסטאַט, אַז אין
הלכות פּראַװאָזשיטעלסטװע איז ער אַ ספּעציאַליסט און אַ גאָון. אין
עטלעכע טעג אַרום, נאָך דעם װי זײַן קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש
האָט זיך פֿאַרשריבן פֿאַר אַ דאַנטיסט, האָט זיך בײַ שאַפּיראָן אין שטוב
געטראָפֿן אַ קאַטאַסטראָפֿע. אײנע פֿון יענע קאַטאַסטראָפֿעס, װאָס
טרעפֿן זיך ניט זעלטן ― און אין דער לעצטער צײַט גאַנץ אָפֿט,
כּמעט אַלע נאַכט ― אין דער אוניװערסיטעט־שטאָט, װוּ עס קומט
פֿאָר אונדזער אױסערגעװײנטלעכער ראָמאַן.
עס איז שױן געװען װײַט נאָך האַלבע נאַכט, אַז בײַ שאַפּיראָן
אין װױנונג האָט זיך דערהערט אַ קלינגען אין דער טיר. נאָר אַזאַ
קלינגען, װאָס קאָן אױפֿװעקן אַ טױטן: דזין־דזין־דזין־דזין־דזין־דזין ―
גאָר אָן אַן אױפֿהער. אַן אַנדערער אױף שאַפּיראָס אָרט װאָלט
זיכער אַראָפּגעפֿאַלן פֿון באָט, אָדער אַרױסגעשפּרונגען דורך אַ
פֿענצטער. שאַפּיראָ איז דאָך אָבער, װי מיר װײסן שױן, אַ מענטש אַ
געניטער, איז ער שױן גוט באַקאַנט מיט דעם אַרט קלינגען. ער װײסט,
אַז אַזױ קלינגען קלינגט מען נאָר, אָדער דעמאָלט, װען, דאָס גאַנצע
הױז איז אַרומגענומען אין פֿלאַם־פֿײַער, און מע װיל אַרױסראַטעװען
לעבעדיקע נפֿשות, אָדער דעמאָלט, װען מע מאַכט אַן אָבלאַװע אױף
ייִדן; בלשון פּאָליציע װערט עס אָנגערופֿן: „מע מאַכט אַ רעװיזיע
אױף די ניט צוגעשריבענע“.
רופֿט עס אײַך אָן װי איר װילט, אָבלאַװע, רעװיזיע ― נאָר
מע קלינגט אײַך אַזױ לאַנג, ביז איר עפֿנט ניט אױף די טיר. און
|
|
sholem aleykhem
dos draytsnte kapitl: Yudis
es kon zayn, az mir hobn zikh a bisl tsuge#aylt dermit,
vos mir hobn aroysgegebn Doved shapiron an atestat, az in
halokhes pravozhitelstve iz er a spetsyalist un a goen. in
etlekhe teg arum, nokh dem vi zayn kvartirant rabinovitsh
hot zikh farshribn far a dantist, hot zikh bay shapiron in shtub
getrofn a katastrofe. eyne fun yene katastrofes, vos
trefn zikh nit zeltn ― un in der letster tsayt gants oft,
kemat ale nakht ― in der universitet-shtot, vu es kumt
for undzer oysergeveyntlekher roman.
es iz shoyn geven vayt nokh halbe nakht, az bay shapiron
in voynung hot zikh derhert a klingen in der tir. nor aza
klingen, vos kon oyfvekn a toytn: dzin-dzin-dzin-dzin-dzin-dzin ―
gor on an oyfher. an anderer oyf shapiros ort volt
zikher aropgefaln fun bot, oder aroysgeshprungen durkh a
fentster. shapiro iz dokh ober, vi mir veysn shoyn, a mentsh a
geniter, iz er shoyn gut bakant mit dem art klingen. er veyst,
az azoy klingen klingt men nor, oder demolt, ven, dos gantse
hoyz iz arumgenumen in flam-fayer, un me vil aroysrateven
lebedike nefoshes, oder demolt, ven me makht an oblave oyf
yidn; blshun politsye vert es ongerufn: "me makht a revizye
oyf di nit tsugeshribene''.
ruft es aykh on vi ir vilt, oblave, revizye ― nor
me klingt aykh azoy lang, biz ir efnt nit oyf di tir. un