פֿעליעטאָנען: געקױפֿט עולם־הבא!

שלום עליכם (אַלע װערק)

געקױפֿט עולם־הבא! (פֿון אַ בריװ אין באָברױסק)

― און װאָס איר שרײַבט מיר מכּוח קומען קײן באָברױסק ― מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן!

װאָרעם דערמאָן איך מיך מײַן זײַן אין באָברױסק, מוז איך מיך דערמאָנען אינעם עולם־הבא, װאָס איך האָב מיר געקױפֿט אין באָברױסק…

דאָס איז געװען ― איר געדענקט דאָך װען איך בין געװען אין באָברױסק. איר זײַט דאָך אַ באָברױסקער.

ס'איז געװען װינטערצײַט.

ס'איז אױסגעפֿאַלן אַ שנײ. נאָר דער שנײ איז צעגאַנגען און ס'איז געװאָרן …אַ בלאָטע.

די באָברױסקער בלאָטע דאַרף איך אײַך ניט באַשרײַבן: איר זײַט דאָך אַ באָברױסקער.

דער זאַל, װוּ דער אָװנט איז געװען, האָט זיך אָנגעצונדן מיט אַ סך ליכט און לאָמפּן און האָט באַלײַכט די בלאָטע װײַט אַרום און אַרום ביז דער אַכסניא, װוּ איך האָב געהאַלטן סטאַנציע.

און װײַל ס'איז געװען ליכטיק און גאָרניט װײַט, האָב איך עולה־רגל געװען פֿון דער סטאַנציע ביזן זאַל מחילה צו פֿוס.

געגאַנגען בין איך אַלײן מיט מײַן פּעקל כּתבֿים, מאַנוסקריפּטן אױף צו לײענען.

אין אײנעם מיט מיר, נאָר אַ ביסל אָן אַ זײַט, איז געגאַנגען נאָך אַ מענטש, גלײַך מיט מיר געטיאָפּקעט אין דער בלאָטע, באַלױכטן פֿון די ליכט און לאָמפּן װאָס אין זאַל.

דער מענטש, װאָס איז געגאַנגען און געטיאָפּקעט אין דער בלאָטע, איז געװען אַ נקבֿה.

פֿריִער איז זי געגאַנגען בײַ דער זײַט, דערנאָך, װײַטער־װײַטער, האָט זי גענומען אַ ביסל נענטער צו מיר.

ביז זי איז צוגעגאַנגען צו מיר גאָר נאָענט.

עס איז שױן געװען ניט װײַט פֿון זאַל.

― זאָלט איר געזונט זײַן ― מאַכט זי צו מיר מיט אַן אונטערטעניק שמײכעלע און פֿון איר שפּראַך האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז זי איז אַ ליטװעטשקע ― זאָלט איר געזונט זײַן, האָט קײן פֿאַראיבל ניט װאָס איך באַמי אײַך. איר גײט דאָך אױף שלום־עליכמען?

― װאָס איז דען?

― אױב אױף שלום־עליכמען, האָב איך צו אײַך אַ גרױסע בקשה.

― דהײַנו?

― דהײַנו, איר זאָלט מיך אױך נעמען אױף שלום־עליכמען. איר װעט פֿאַרדינען אַ מיצװה. איר װעט אײַך קױפֿן עולם־הבא. איך בין אַן אָרעם מײדל. איך דין דאָ אין אַ הױף. איך האַלט אױס אַ מאַמע מיט צװײ קלײנע שװעסטערלעך. אַז איך קען אָפּרײַסן אַ גראָשן, טראָג איך אָפּ צו גינצבורגן און לײַ אױס אַ ביכל אױף שבת. האָב איך געהערט, אַז שלום־עליכם איז דאָ. און איך װיל אים זען. און עס קאָסט אַ קאַרב. און איך האָב ניט. זעט, איך בעט אײַך, פֿאַרדינט אַ מיצװה, נעמט מיך אױף שלום־עליכמען. איר װעט אײַך קױפֿן עולם־הבא! איר װײסט, װי איך האָב מיך אױסגעריסן. מײַן בעל־הביתטע די אַרורה זאָל װיסן װאָלט זי מיך צעריסן. זעט, פֿאַרדינט אַ מיצװה, נעמט מיך אױף שלום־עליכמען ― איר װעט אײַך קױפֿן עולם־הבא!

― גוט. איך װעל אײַך נעמען אױף שלום־עליכמען.

מיר זענען געװען בײַ דער טיר. דאָס הײסט בײַ דער קאַסע.

― לאָזט דורך אָט דאָס מײדל…

און אײדער איך האָב מיך אַרומגעקוקט, איז זי שױן געװען אינעװײניק און אױסגעמישט זיך מיטן געדיכטן עולם װאָס האָט אָנגעפּאַקט דעם זאַל פֿול און פֿול ― ס׳איז אַזש געגאַנגען אַ רױך.

נאָר נישט דאָס, זאָגט דאָך דער זײדע מענדעלע, בין איך אױסן. מיר קערן זיך אום צו דער מױד.

בײַ דער ערשטער פֿאָרלעזונג האָב איך ניט געזען קײן מױד און כּמעט פֿאַרגעסן שױן, אַז איך האָב מיך גענומען קױפֿן עולם־הבא.

צו דער צװײטער פֿאָרלעזונג האָב איך שױן באַמערקט אין דער צװײטער אָדער אין דער דריטער רײ אַ שײַנענדיקע לבֿנה מיט צװײ אױגן, װאָס האָבן זיך אײַנגעזױגן אין מיר, װי די פּיאַװקעס.

צו דער דריטער פֿאָרלעזונג האָט די לבֿנה אַרױסגעשײַנט צו מיר שױן פֿון דער ערשטער רײ.

צו לעצט איז זי געשטאַנען צװישן אַ גאַנצע כאַליאַסטרע בחורים און מײדלעך, װאָס האָבן מיך אַרומגערינגלט אַרום טישל, געװאָלט זײַן װאָס נענטער, און געהאַט חשק די דאָזיקע מױד אַװעקשטױסן אַ ביסל אָן אַ זײַט. זײ האָבן אָבער ניט געטראָפֿן דעם פּלאַץ. אַ סבֿרה אַז זי װיל זײַן נאָך נענטער פֿון אַלע. ניט קוקנדיק האָב איך געזען, װי זי אַרבעט מיט די עלנבױגנס אױף בײדע זײַטן, אױף רעכטס און אױף לינקס. איר פּנים איז שױן געװען ניט מער קײן לבֿנה, נאָר אַ זון, אַ תּמוזדיקע זון.

זאָגן אַז זי האָט זײ געהערט ― איז ניט שײך. זי איז געװען מיט מיר צוזאַמען בײַ אַלע מײַנע העלדן. מיט זײ אין אײנעם געלאַכט, מיט זײ אין אײנעם געזיפֿצט. כּמעט, קאָן איך זאָגן, אַז זי האָט מיר געהאָלפֿן לײענען. איך האָב אַרײַנגעקוקט אין מײַנע שריפֿטן און דאָך האָב איך געזען, װי זי לאַכט און װי זי זיצט און װי זי שאָקלט מיטן קאָפּ און װינקט מיט די אױגן.

איך האָב געענדיקט.

זי האָט ניט אַפּלאָדירט װי אַנדערע, זי האָט נאָר אַרױסגעלאָזט אַ טיפֿן זיפֿץ, פֿריִער צענומען בײדע הענט, דערנאָך אַ זעץ געגעבן זיך מיט די הענט אין קאָפּ אַרײַן, זיך געלאָזט גײן, אומגעקערט צוריק, אַ קוק געגעבן מיר אין פּנים אַרײַן און װידער זיך געלאָזט גײן. װידער זיך אומגעקערט, װידער אַ קוק אין פּנים אַרײַן און װידער געלאָזט זיך גײן.

דערװײַלע האָט מען גענומען אַרױסטראָגן די בענקלעך. נאָכן אָװנט דאַרף מען טאַנצן, װי געשיקט זיך עס אַ ליטעראַרישער אָװנט אָן טענץ! מה יאמרו הבריות ― װאָס װעלן לײַטן זאָגן? גױים טאַנצן, דאַרפֿן מיר נאָכטאַנצן. טאַנצט אײַך געזונטערהײט ― איך װעל מיר גײן אַהײם.

אָפּגעקילט זיך, האָב איך גענומען מײַן פּעקל כּתבֿים און מאַרש אַהײם.

אַרױסגעכאַפּט זיך פֿון זאַל ― פֿינצטער חושך, װי געװײנטלעך נאָך אַן אָװנט אין באָברױסק. איך דאַרף אײַך ניט דערצײלן: איר זײַט דאָך אַ באָברױסקער…

ביז מײַנע באַגלײטערס, אַ פּאָר יונגע־לײַט, האָבן אָפּגעזוכט זײערע קאַלאָשן, בין איך דערװײַלע געבליבן שטײן אײנער אַלײן אין דרױסן בײַ דער טיר און אַ װײַלע אײַנגעקוקט זיך אין דער באָברױסקער פֿינצטערניש.

פּלוצעם, פֿון װאַנען עס נעמט זיך ניט אַ פּאָר הענט, פֿעסטע, געזונטע װאַרעמע הענט אַרום מײַן האַלדז, צוגעצױגן מײַן קאָפּ און אַ קוש אַ הײסער, אַ פֿרײַנדלעכער, אַ הילכיקער קוש איז מיר געשענקט געװאָרן.

― אַ געזונט אױף אײַך! לאַנג לעבן זאָלט איר! עולם־הבא האָט איר אײַך געקױפֿט!…

אַ גליק װאָס ס'איז געװען פֿינצטער. אַ גליק װאָס מײַנע באַגלײטער האָבן געזוכט די קאַלאָשן. אַ גליק װאָס קײנער האָט ניט געזען דעם עולם־הבא װאָס איך האָב פֿאַרדינט…

מײַנע באַגלײטער זענען אַרױסגעקומען מיט אַ לאַמטערן װאָס האָט באַלױכט די באָברױסקער בלאָטע.

מיר האָבן געשמאַק געטיאָפּקעט אין דער בלאָטע אַלע, גערעדט פֿונעם אָװנט, געשמועסט און געלאַכט.

אין אײנעם מיט אונדז, נאָר אַ ביסל בײַ אַ זײַט, האָט געטיאָפּקעט נאָך אַ פֿיגור.

די פֿיגור האָט זיך גיך גענומען לינקס, זיך אָפּגעטײלט פֿון אונדז און פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין דער פֿינצטערניש פֿון דער באָברױסקער נאַכט.

גריסט דעם ה′ מ. און אַלע באָברױסקער ליבהאָבער פֿון עולם־הבא.

שלום עליכם
1912