פֿעליעטאָנען: „קאָמעדי בראַק“

שלום עליכם (אַלע װערק)

קאָמעדי בראַקбрак: חתונה (אַ נײַע פּורים־שפּיל אין צװײ אַקטן)
די פּאַרשױנען:

אַחשװרוש ― שאַך פֿון פּערסיע

המן ― אַן אַנטיסעמיט

מרדכי ― אַ ייִד

אסתּר ― זײַן קוזינע

יושקעװיטש ― אַ שפּילמאַכער

ממוכן ― אַ שאַלאַטן־שמשׂ

הױפֿמענטשן, געסט, פּובליקום.

קומט פֿאָר אין דער הױפּטשטאָט פֿון פּערסיע, אין שושן־הבירה.

ערשטער אַקט

בײַם קעניג אַחשװרוש אין פּאַלאַץ זיצט מען און מען טרינקט. אױף אַ שטול פֿון העלפֿאַנדבײן, מיט גאָלד באַלײגט, זיצט דער שאַך מיט אַ גאָלדענער רוט. אַנטקעגן שטײט המן, די הענט צונױפֿגעלײגט אױף דער ברוסט, אָנגעטאָן אין אַ דרײַעקיקן ספּאָדיק, װי אַ המן־טאַש. בײַ דער טיר שטײט ממוכן.

אַחשװרוש: (פֿאַרזאָרגט, צו המנען) װאָס זאָל איך דיר זאָגן, המן? אומעטיק… ושתּי אומגעבראַכט… אָן אַ קעניגין… סקוטשנע אין שושן־הבירה.

המן: גרױסער קעניג! זאָרג ניט. ס'איז דאָ אַן עצה.

אַחשװרוש: דהײַנו?

המן: לאָז מען צונױפֿרופֿן אַלע קראַסאַװיצעס פֿון שושן־הבירה, אױסקלײַבן פֿון זײ די שענסטע און די בעסטע, און אױב זי װעט געפֿעלן דעם קעניג…

אַחשװרוש: אַן אידעע.

המן: ממוכן!

ממוכן: (גײט צו) אַדוני קעניג!…

המן (צו ממוכנען): טו אַ שפּרונג אױף אײן פֿוס, זאַמל צונױף אַלע קראַסאַװיצעס פֿון שושן־הבירה, און די שענסטע און די בעסטע פֿון אַלע זאָלסטו ברענגען פֿאַרן קעניג.

ממוכן: הנני ― איך בין גרײט! (שפּרינגט אױף אײן פֿוס. עפֿנט אױף די טיר, זינגט) אַרײַן, אַרײַן, אַרײַן, דו שײנע אסתּר דו מײַן!

אסתּר: (קומט אַרײַן. קניט פֿאַרן קעניג) אַדוני קעניג!

אַחשװרוש: (אױפֿגעלעבט. צו המנען) װאָס זאָגסטו? נישקשה פֿון אַ יפֿיפֿיה? האַ?

המן: אַ פֿײַנע נקבֿה. (אין אַ זײַט) איך בין אַלײן אױך אַ בעלן אױף אַזאַ שטיקל סחורה.

אַחשװרוש: (צו אסתּרן) װי רופֿט מען דיך, מײַן קינד?

אסתּר: אסתּר איז מײַן נאָמען.

אַחשװרוש: (צו המנען) װאָס טוט מען מיט אסתּרן װאָס זי איז מיר אַזױ געפֿעלן? עס ברענט אין מיר אַ פֿײַער פֿון ליבע…

המן: (אָן אַ זײַט) שױן? עס האָט זיך שױן צעברענט אין אים אַ פֿײַער! דער זעלבער פֿײַער ברענט אין מיר אױך… (צו אַחשװרושן) גרױסער קעניג! פֿרעגסט מיך װאָס מען טוט? מען טוט אָן ושתּיס קרױן אױף איר קאָפּ און לאָז זי זײַן קעניגין אױף ושתּיס אָרט. (פֿאַר זיך) און מיט דער צײַט װעל איך מיך מסתּמא צו איר אַלײן צושדכנען…

אַחשװרוש: אַ אידעע (בײגט אָן די רוט צו אסתּרן) אסתּר! דו האָסט געפֿונען חן אין מײַנע אױגן. פֿון הײַנט אָן ביסט דו קעניגין.

אסתּר: (קושט די רוט) גרױסער קעניג! (גײט אָפּ)

אַחשװרוש: (צו המנען) מײַן געטרײַער קנעכט המן! װאָס פֿאַר אַ באַלױנונג זאָל איך דיר געבן פֿאַר דער עצה? (טוט אױס דעם רינג פֿון פֿינגער און שענקט אים אַ מתּנה)

המן: (נעמט דעם רינג) איך דאַנק דיר גרױסער קעניג. איך פֿאַרלאַנג ניט קײן באַלױנונג. נאָר אײן זאַך װאָלט איך יאָ בעטן פֿון דיר, אױב איך האָב געפֿונען חן אין דײַנע אױגן. פֿאַראַן בײַ דיר אין הױף אַ ייִד. מרדכי הײסט ער ― קען איך אים ניט אָנקוקן. איך װאָלט אים געװאָלט זען הענגען אױף אַ בױם.

אַחשװרוש: געהאָנגען זאָל ער װערן.

המן: איך דאַנק דיר, גרױסער קעניג! דאָס אַלײן איז אָבער װינציק. מרדכי איז בײַ דיר ניט אײנער. פֿאַראַן בײַ דיר אין דער מדינה ששים רבוא אַזעלכע ייִדן, ניט אױסצושטײן פֿון זײ. זײ האָבן זיך זײערע אײגענע דינים מיט זײער אײגענעם לשון און טוען אונדז נאָך פֿון דעסטװעגן אַלצדינג אַזױ װי די מאַלפּעס: עסן אונדזער חזיר, טרינקען אונדזער װײַן, רעדן אונדזער שפּראַך און בײַטן זיך מיט די װײַבער. „פֿרײַע ליבע“, פּונקט אַזױ װי בײַ אונדז…

אַחשװרוש: (אין צאָרן) װאָס איך הער!

המן: טאָמער גלײבסטו מיר ניט, רוף אַרײַן יושקעװיטשן דעם שפּילמאַכער, ער האָט אױפֿגעפֿירט אַ שפּיל פֿונעם ייִדישן לעבן מיטן נאָמען „קאָמעדי בראַק“.

אַחשװרוש: אַרײַנקומען זאָל ער!

המן: (צו ממוכנען) טו אַ שפּרונג אױף אײן פֿוס און ברענג אַרײַן אַהער יושקעװיטשן דעם שפּילמאַכער! (ממוכן שפּרינגט אױף אײן פֿוס און קומט באַלד צוריק)

ממוכן: (עפֿנט אױף די טיר, זינגט) אַרײַן, אַרײַן, אַרײַן, סעמיאָן יושקעװיטש דו מײַן!

יושקעװיטש: (אַן איבערגעשראָקענער) מען האָט געשיקט נאָך מיר?

המן: (צו יושקעװיטשן) דו האָסט אָנגעשריבן אַ שפּיל מיטן נאָמען „קאָמעדי בראַק“?

יושקעװיטש: און אַז איך האָב אָנגעשריבן איז װאָס? שלום אַש1880-1957 מעג שרײַבן און איך ניט? באשר זײ זאָגן, אַז איך בין אַן אַנטיסעמיט? מיט װאָס בין איך אַן אַנטיסעמיט? דערמיט װאָס איך זאָג אַרױס דעם אמת? דערמיט װאָס איך פֿיר אַרױס אױף דער סצענע די זאַטע בורזשוּיעס מיט זײערע אױסגעלאַסענע װײַבער? בין איך דען שולדיק אַז ס'איז בײַ זײ הפֿקר ציבעלעס מײַנס און דײַנס און שותּפֿותדיקס? װאָס בין איך שולדיק, אַז ס'איז בײַ זײ געװאָרן אַ מאָדע „פֿרײַע פֿאַרבאָרגענע“ ליבע? װאָס איז שולדיק דער קינסטלער, אַז די דאָזיקע מאַגנאַטן בורזשוקעס, אינטעליגענטן, אַדװאָקאַטן, דאָקטױרים טוען איצט קײן זאַך, נאָר זײ האַלטן אין אײן בײַטן זיך ― נאַ דיר מײַן װײַב און גיב מיר דײַן װײַב?…

המן: (צו אַחשװרושן) הערסט װערטער? (צו יושקעװיטשן) נו, און װי איז בײַ זײ מיט די איבעריקע זאַכן? למשל חזיר?

יושקעװיטש: און אַז זײ פֿרעסן איקרע איז װאָס? איקרע איז דען ניט טרײף װי חזיר?

המן: (צו אַחשװרושן) הײַנט זעסטו שױן? זײ זאָגן אַלײן אױף זיך װאָס אין דער קאָרט, הײַנט װאָס זאָל איך שױן זאָגן?

יושקעװיטש: (װיל זיך פֿאַרענטפֿערן) איך זאָג עס דען אױפֿן כּלל ייִדן? האָב איך דען ניט געזאָגט פֿריִער, אַז „קאָמעדי בראַק“ ― דאָס איז נאָר בײַ פֿעטע, זאַטע בורזשוּיעס?… האָב איך דען ניט געזאָגט דעם אמת אַלס קינסטלער און אַלס פּאַטריאָט פֿון מײַן פֿאָלק?… אָדער איך האָב געזינדיקט מיט דעם װאָס איך האָב אומעטום אױסגעהאַלטן דעם ייִדישן אַקצענט?… אָדער…

המן: (שלאָגט אים איבער) גוט, גוט. דײַן אַרבעט װעט ניט זײַן אומזיסט… קאָנסט גײן. (יושקעװיטש גײט אָפּ, המן צו זיך אַלײן) איך װעל מיך ניט באַרויִקן ביז מען װעט ניט אױפֿהענגען אַלע ייִדן! (צום שאַך) אַדוני קעניג! אױב איך האָב געפֿונען חן אין דײַנע אױגן, װאָלט איך דיר געזאָגט, אַז מיר דאַרפֿן די ייִדן אױף תּשעים נײַנציק כּפּרות. אַ פּאַסקודנע פֿאָלק! זײ טוען אונדז נאָך אױף יעדן טריט. „פֿרײַע ליבע“. בײַטן זיך מיט די װײַבער… הײַנט בײַטן זײ זיך מיט זײערע װײַבער, מאָרגן װעלן זײ זיך בײַטן מיט אונדזערע װײַבער… איך װאָלט געזאָגט, מען זאָל זײ אױסהענגען אַלע אין אײן טאָג…

אַחשװרוש: אַ אידעע. געהאָנגען זאָלן זײ װערן! (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן אסתּר אָנגעטאָן װי אַ קעניגין. צו אסתּרן) װאָס איז דײַן באַגער, אסתּר? ביז אַ האַלבע מלוכה װעסטו בײַ מיר פּועלן.

אסתּר: (קניט) אױב איך האָב געפֿונען חן אין דײַנע אױגן… מאָרגן איז בײַ מיר אַ באַל. װיל איך דיך בעטן, גרױסער קעניג, דיך און המנען צו מיר אױפֿן באַל.

אַחשװרוש: צוליב דיר, אסתּר, ביז אַ האַלבע מלוכה װעסטו בײַ מיר פּועלן. (גײט אָפּ)

המן: (בלײַבט אַלײן, רײַבט אַ האַנט אָן אַ האַנט) עס גיט זיך אױס אַ טאָג! מיר איז דאָס געראָטן! אין אײן קלאַפּ פּטור געװאָרן פֿון מרדכי און פֿון אַלע ייִדן, און איצט בין איך אײַנגעלאַדן אױף אַ באַל צו אָט דער יפֿיפֿיה. כאַ־כאַ ― עס װעט שױן זײַן אַ קאָמעדי בראַק!…

(ענדע ערשטער אַקט)
צװײטער אַקט

אַ פּרעכטיקער בודואַר אין פּערסישן סטיל. װײכע דיװאַנעס, אױף אַן אָטאָמאַנקע ליגט אָנגעשפּאַרט אױף אַ האַנט אסתּר. אַקעגן איר שטײט המן אָנגעטאָן אין דער גאַנצער פּערסישער אוניפֿאָרעם. פֿון דער האַלב צוגעמאַכטער טיר באַװײַזט זיך אַלע מינוט אַ פֿיגור, דאָס איז מרדכי. ער הערט זיך אונטער.

המן: (צו אסתּרן) אַזױ װי די זון אום תּמוז, אַזױ טוסטו שײַנען. װי די טײַבעלעך, טוען קוקן דײַנע אױגן. אַ פֿײַער ברענט אין מײַן האַרצן פֿון זינט איך האָב דיך דערזען. (װיל זי נעמען פֿאַר אַ האַנט)

אסתּר: (נעמט צו איר האַנט) דו פֿאַרגעסט, אַז איך געהער צום קעניג אַחשװרוש.

המן: דײַן לײַב, אָבער ניט דײַן נשמה. די ליבע איז פֿרײַ… פֿרײַ אַזױ װי דער װינט… אַזױ װי די װעלט… (קניט, קושט איר די שפּיץ פֿיס) אָ, ליבע מיך, ליבע מיך, אסתּר!… (מרדכיס פֿיגור װערט אין גאַנצן פֿאַרשװוּנדן. עס עפֿנט זיך האַסטיק די טיר און עס באַװײַזט זיך דער שאַך. המן הערט ניט אױף צו קושן אסתּרן די שפּיץ פֿיס און רעדן מיט פֿײַער) אָ, ליב מיך, ליב מיך, אסתּר!… (דערזעט דעם שאַך, כאַפּט זיך אױף, גלײַך װי ניט ער. גײט צו צום שאַך) גרױסער קעניג!…

אַחשװרוש: (אין צאָרן, נאָר האַלט זיך אײַן) זאָג נאָר, מײַן געטרײַער קנעכט המן, װאָס קומט יענעם מענטשן, װאָס דעם שאַכס קעניגין איז בײַ אים טײַערער פֿון זײַן אײגן לעבן?

המן: אַזאַ מענטש דאַרף מען אַרױפֿזעצן אױפֿן קעניגס פֿערד, פֿירן איבער שושן־הבירה און שרײַען: „כּכה יעשׂה לאיש“…

אַחשװרוש: ממוכן! (עס קומט אַרײַן ממוכן) װער איז אין הױף!

ממוכן: מרדכי דער ייִד.

אַחשװרוש: אַרײַנקומען זאָל ער! (ממוכן קומט אַרײַן מיט מרדכין)

מרדכי: (קניט) אַדוני קעניג!

אַחשװרוש: (צו המנען) זײַ זיך מטריח, נעם דאָס פֿערד, זעץ אַרױף אָט דעם ייִדן מרדכין רײַטנדיק, פֿיר אים איבער שושן־הבירה און שרײַ אױס: „כּכה יעשׂה לאיש!“…

המן: (װיל אָנהײבן רעדן) אַדוני קעניג!… (אַחשװרוש שלאָגט אים איבער).

אַחשװרוש: (צו מרדכין) װאָס קומט דעם מענטשן, װעלכן דער קעניג האָט געכאַפּט זיך װאַלגערן בײַ דער קעניגין צופֿוסנס?

מרדכי: הענגען.

אַחשװרוש: (צו ממוכנען) געהאָנגען זאָל ער װערן!

אסתּר: (צום קעניג) גרױסער קעניג! אױב איך האָב געפֿונען חן אין דײַנע אױגן, זאָל מיר זײַן דערלױבט צו דערצײלן פֿאַר דיר מײַן ביטער האַרץ. ניט נאָר אױף מיר אַלײן האָט מען הײַנט געמאַכט אַן אָנפֿאַל, נאָר אױף מײַן גאַנצער משפּחה און אױף מײַן גאַנץ פֿאָלק האָט מען אָנגערעדט פֿאַר דיר, מען זאָל אונדז אױסהענגען אַלע אין אײן טאָג.

אַחשװרוש: (אין גרױס גרימצאָרן) װער איז אָט דער דאָזיקער, װאָס האָט זיך דערלױבט צו טאָן אַזאַ זאַך?!

אסתּר: (װײַזט אױף המנען) אָט דאָס איז ער אָט דער רוצח, דער המן.

אַחשװרוש: (צו המנען) אױף װאָס געגרינדעט האָסטו געװאָלט אומברענגען אַ גאַנץ פֿאָלק?

המן: (קניט) גרױסער קעניג! איך בין ניט שולדיק. שולדיק זענען זײ אַלײן, זײערער אַן אײגענער האָט אָנגעשריבן אױף זײ אַ שפּיל מיטן נאָמען „קאָמעדי בראַק“, שטײט דאָרטן בפֿירוש געשריבן, אַז…

אַחשװרוש: (װיל ניט הערן װײַטער) װער איז אָט אָ יענער?

המן: סעמיאָן יושקעװיטש רופֿט מען אים.

אַחשװרוש: (צו ממוכנען) אַרײַנקומען זאָל ער אָט דער דאָזיקער!

ממוכן: (שפּרינגט אױף אײן פֿוס און קומט באַלד צוריק מיט יושקעװיטשן, עפֿנט די טיר) אַרײַן, אַרײַן, אַרײַן, ברודער יושקעװיטש דו מײַן!

אַחשװרוש: (צו יושקעװיטשן) הער נאָר, דו, אַזעלכער און אַזעלכער, װאָס פֿאַר אַ טשעפּוכאַ האָסטו דאָרטן אָנגעדראַקעט אױף דײַן פֿאָלק?

יושקעװיטש: אַז עטלעכע פֿעטע בורזשוּיעס פֿאַרנעמען זיך מיט „פֿרײַע, פֿאַרבאָרגענע“ ליבע, הײסט עס דען דאָס גאַנצע פֿאָלק? און אַז שלום אַש פֿירט אַרױס אַ יאַנקל שאַפּשאָװיטשפֿון שלום אַש: „גאָט פֿון נקמה“, הײסט דאָס דען דאָס גאַנצע פֿאָלק?…

אַחשװרוש: (צו ממוכנען) אַװעקזעצן זאָל מען אין האַרעם אָט דעם שפּילמאַכער מיט פֿערציק סריסים, און פֿערציק טעג נאָכאַנאַנד זאָל מען שפּילן פֿאַר אים זײַן „קאָמעדי בראַק“ טאָג אַזױ װי נאַכט. און אַז ער װעט אַנטשלאָפֿן װערן זאָל מען אים אױפֿװעקן און װידער שפּילן פֿאַר אים זײַן „קאָמעדי בראַק“ און אַזױ פֿערציק טעג כּסדר. (צו המנען) װיפֿל קינדער האָסט דו?

המן: (מיטן לעצטן ביסל האָפֿענונג) צען: פּרשנדתא, דלפֿון, אַספֿתא, פּורתא, אַדליא, אַרידתא, פּרמשתא, אַריסי, אַרידי, ויזתא…

אַחשװרוש: (געהאָנגען זאָל ער װערן מיט אַלע צען! (נעמט אַראָפּ בײַ המנען דעם ספּאָדיק פֿונעם קאָפּ און טוט אָן מרדכין. נעמט אסתּרן פֿאַר אַ האַנט, גײען אָפּ. מרדכי גײט זײ נאָך)

ממוכן: (צו המנען) קום, המן, װעל איך דיך אױפֿהענגען (גײען אָפּ)

יושקעװיטש: (אײנער אַלײן אין אַ טראַגישער פּאָזע, האַלט זיך בײַם קאָפּ) צו װאָס האָט מיר גענוצט אָט דער גאַנצער עסק? צו װאָס האָב איך באַדאַרפֿט אַ „קאָמעדי בראַק“? זיך פֿאַרטשעפּען מיט ייִדן? פֿאַר װאָס האָב איך בעסער ניט אָנגעשריבן אָט דאָס פֿראַנצײזישע שטיק „שאַנטעקלערChanticleer“?.. מײַן „קאָמעדי בראַק“ איז געגאַנגען סך־הכּל אַ מאָל צװאַנציק און „שאַנטעקלער“ גײט אָן אַ סוף און װעט נאָך גײן און גײן…

ממוכן: (קומט צוריק, נעמט יושקעװיטשן פֿאַר אַ האַנט) קום, שמעון, װעט מען דיר לײענען די מגילה…

(פֿאָרהאַנג)
1910
געקױפֿט עולם־הבא! (פֿון אַ בריװ אין באָברױסק)

― און װאָס איר שרײַבט מיר מכּוח קומען קײן באָברױסק ― מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן!

װאָרעם דערמאָן איך מיך מײַן זײַן אין באָברױסק, מוז איך מיך דערמאָנען אינעם עולם־הבא, װאָס איך האָב מיר געקױפֿט אין באָברױסק…

דאָס איז געװען ― איר געדענקט דאָך װען איך בין געװען אין באָברױסק. איר זײַט דאָך אַ באָברױסקער.

ס'איז געװען װינטערצײַט.

ס'איז אױסגעפֿאַלן אַ שנײ. נאָר דער שנײ איז צעגאַנגען און ס'איז געװאָרן …אַ בלאָטע.

די באָברױסקער בלאָטע דאַרף איך אײַך ניט באַשרײַבן: איר זײַט דאָך אַ באָברױסקער.

דער זאַל, װוּ דער אָװנט איז געװען, האָט זיך אָנגעצונדן מיט אַ סך ליכט און לאָמפּן און האָט באַלײַכט די בלאָטע װײַט אַרום און אַרום ביז דער אַכסניא, װוּ איך האָב געהאַלטן סטאַנציע.

און װײַל ס'איז געװען ליכטיק און גאָרניט װײַט, האָב איך עולה־רגל געװען פֿון דער סטאַנציע ביזן זאַל מחילה צו פֿוס.

געגאַנגען בין איך אַלײן מיט מײַן פּעקל כּתבֿים, מאַנוסקריפּטן אױף צו לײענען.

אין אײנעם מיט מיר, נאָר אַ ביסל אָן אַ זײַט, איז געגאַנגען נאָך אַ מענטש, גלײַך מיט מיר געטיאָפּקעט אין דער בלאָטע, באַלױכטן פֿון די ליכט און לאָמפּן װאָס אין זאַל.

דער מענטש, װאָס איז געגאַנגען און געטיאָפּקעט אין דער בלאָטע, איז געװען אַ נקבֿה.

פֿריִער איז זי געגאַנגען בײַ דער זײַט, דערנאָך, װײַטער־װײַטער, האָט זי גענומען אַ ביסל נענטער צו מיר.

ביז זי איז צוגעגאַנגען צו מיר גאָר נאָענט.

עס איז שױן געװען ניט װײַט פֿון זאַל.