פֿעליעטאָנען: ניטאָ װער סזאָל לאַכן!

שלום עליכם (אַלע װערק)

ניטאָ װער ס זאָל לאַכן!

ליג איך מיר קראַנק אינעם װײַטן שײנעם לאַנד איטאַליע, אונטער אַ ברײטן בלױען הימל, אונטער אַ ליכטיקער װאַרעמער זון און לײַען אַ בריװל, נאָר־װאָס פֿון דער פּאָסט: „קיִעװער װאָרט?… אַ גאַזעט… אַ ייִדישע טעגלעכע צײַטונג אין קיִעװ…

אין יעהופּעץ אַ גאַזעט!… אױף ייִדיש!!… אױף זשאַרגאָן!!!

איז דאָס ניט קײן חלום?…

נײן. ס'איז ניט קײן חלום: ס'שטײט בפֿירוש אָפּגעדרוקט: „רעדאַקציע קיִעװער װאָרט“. און געחתמעט „רעדאַקטאָר. און דער רעדאַקטאָר בעט מיך שרײַבן אַ פֿעליעטאָן. זאָגט צו אַז מען װעט צאָלן, צאָלן געלט… געלט? ― די משמעות, אַז ס'טאַקע אַן אמת.

אין יעהופּעץ אַ ייִדישע גאַזעט ― ניטאָ װער ס'זאָל לאַכן!

לאַך איך צו זיך אַלײן, ליגט אַ ייִד אײן מענטש אַלײן אין איטאַליע און לאַכט.

פֿון װעמענס װעגן אַ גאַזעט? אַ ייִדישע גאַזעט אין יעהופּעץ? לאָמיר אַקאָרשט אַ נעם טאָן אױף פּאַפּיר, מאַכן אַ קורצן סך־הכּל. איך קען ברוך־השם יעהופּעץ אױסגעבונדן. דאָרט ליגן באַגראָבן די בעסטע, די גליקלעכסטע, די אומגליקלעכסטע יאָרן פֿון מײַן לעבן.

דער חומש הײבט זיך אָן פֿון דער „ב“ ― פֿון „בראשית“, און להבֿדיל יעהופּעץ הײבט זיך אָן אױך פֿון דער „ב“, פֿון די בראָדסקיס… נאָך זײ גײט אַ גאַנצע רײע פֿון זאַמד־ און צוקער־ראַפֿינאַדע אַריסטאָקראַטן נאָכן אלף־בית… נאָר אױף װיפֿל מיר דאַכט זיך קאָנען די דאָזיקע לײַט זיך באַגײן אָן אַ ייִדישע גאַזעט. אַדרבא, איך האָב מורא, אַז פֿאַר זײ איז דאָס גאָר אַ שטיקל חסרון, אַן אומכּבֿוד, אַ בלאַמאַזשblamaż: חרפּה, און אפֿשר טאַקע אַ גאַנצער סקאַנדאַל: זשאַרגאָן? ― פֿױ!…

אמת, זײ אַלײן, צװישן זיך, אַז קײנער הערט ניט, האַקט מען „זשאַרגאָן“ אױף װאָס די װעלט שטײט. אַ ייִדישן אַנעקדאָט אַז מען דערצײלט זײ, פֿאַרצוקערט מען אים, פֿון אַ ייִדיש לידל לעקט מען די פֿינגער. און בסוד־סודות, אַז קײנער זעט ניט, לײענט מען אַ ייִדיש ביכל און מען קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער. נאָר פּרוּװט טוט אַ רעד מיט זײ װעגן ייִדיש אַלס אַ שפּראַך, אַלס אַ ליטעראַטור ― איז מיט הענט און מיט פֿיס. זײַ זענען פּרינציפּיעל קעגן ייִדיש.

איך האָב מיך דערמאָנט אַ מעשׂה־שהיה טאַקע אין יעהופּעץ. מען האָט אַ מאָל געכאַפּט אײנעם פֿון זײ, געװאָלט בײַ אים אַרױצפּרעסן אַ ביסל ממתּקים אױף אַ ייִדיש־ליטעראַרישע זאַך. און דער װאָס האָט געפּאַקט איז געװען אַ גױ און אַ פּראָפֿעסאָר, און פֿאַר אַ גױ, װי איר װײסט, װערן די דאָזיקע לײַט בטל. מילא, געפּאַקט ― איז פֿאַרפֿאַלן. געמוזט מבֿטיח זײַן אַז ער גיט געלט. געקומען צום געלט געבן, פֿאַלט ער אױף אַ המצאה און טוט אַ כאַפּ דעם פּראָפֿעסאָר: „װײסט דו ניט, גױ, אױף װאָס פֿאַר אַ שפּראַך די אונטערנעמונג איז?“ מאַכט צו אים דער פּראָפֿעסאָר: „אױף אײַער שפּראַך, אױף זשאַרגאָן“. דערהערט זשאַרגאָן, טוט ער אַ שפּרונג אָפּ: „זשאַרגאָן? איך זאָל געבן געלט אױף זשאַרגאָן? זשאַרגאָן איז ניט אונדזער שפּראַך. אונדזער שפּראַך איז העברעיִש…“

אַז דער פּראָפֿעסאָר האָט מיר איבערגעגעבן די געשיכטע, האָב איך אים געבעטן, אַז ער װעט זיך באַגעגענען מיטן דאָזיקן „העברעער“, זאָל ער אים דערצײלן פֿון מײַן נאָמען אַזאַ מעשׂה:

אַ מאָל זענען געװען צװײ ברידער. אײנער אַ רײַכער און דער אַנדערער אַן אָרעמאַן. און װי די װעלט פֿירט זיך, קומט מסתּמא אָפֿט דער אָרעמאַן צום רײַכן ברודער ער זאָל אים העלפֿן. און װי די װעלט פֿירט זיך, באַהאַלט זיך מסתּמא דער רײַכער ברודער פֿאַרן אָרעמען בחדרי־חדרים, שיקט אים אַרױס אַ מאָל פֿון יוצא װעגן דורכן שװײצער אַ נדבֿה. טרעפֿט זיך אײן מאָל אַ גליק, אַז דער אָרעמאַן פּאַקט דעם רײַכן ברודער צװישן מענטשן אױף אַ שׂימחה, געפּאַקט ― פֿאַרפֿאַלן, „שלום־עליכם, ברודער! ― עליכם־שלום, װאָס װעסטו זאָגן? װאָס זאָל איך דיר זאָגן, טײַערער ברודער? איך האָב אַ שידוך געטאָן מיט אַ טאָכטער, צוגעזאָגט תּ″ם440 קערבלעך נדן און האָב ניט, זאָלסט זאָגן אַ דרײַערל… ― מהיכא־תּיתי, זײער פֿײַן, מזל־טובֿ. מיט װעמען האָסטו אַ שידוך געטאָן? װער איז דער מחותּן? דער מחותּן, דן װעסט אים ניט קענען. ער איז נעבעך אַ פּראָסטער ייִד, ער הײסט יאַנקל…“ ― כאַפּט זיך אױף דער רײַכער ברודער: ― „װי באַלד אַ פּראָסטער ייִד און הײסט יאַנקל, ― װיל איך ניט. עס געפֿעלט מיר ניט דער שידוך!…“

אַלזאָ איז פֿון די „העברעער“ הײסט עס אָפּגערעדט. בלײַבט איבער אַ גאַנץ בינטל ייִדן בײַ אײַך פֿון די װאָס „אַרבעטן“ און „דרײען זיך“ בײַ דער בערזע. פֿרעגט זיך, װער האָט צײַט און װעמען ליגט אין זינען לײענען אַ ייִדיש בלאַט, אַז דער קאָפּ איז גאָר דאָרטן ערגעץ בײַ די קורסן. אַ „האָסгосы: אַן אַקציע װאָס װערט טײַערער“, אַ „בעסбесы: אַן אַקציע װאָס װערט ביליקער“, אַ „סטילאָזשстеллаж: אַ צעגאָפּלטער אײַנקױף, אָפּציעס אי צו קױפֿן אי צו פֿאַרקױפֿן די זעלבע אַקציע אין דער צוקונפֿט“, „װיװאָזвывоз: עקספּאָרט“„;אַמביען“, „פֿערעטשיסלעניעперечисление: אַסיגנירונגען“? סײַדן בײַ נאַכט אין קלוב צװישן „מאַקקאַאָmacau: אַ קאָרטן־שׁפּיל“ און „דיאַבעלעך“, אָדער צװישן „בעזיק“ און „עקאָרטעécarté: אַ קאָרטן־שפּיל“?… אָדער אפֿשר גאָר בײַ סימע־דינהן אױפֿן ביליאַרד?.. נײן, זאָגט אײַך װאָס איר װילט, איר װעט מיך ניט אײַנרעדן, איך װײס, אַז „מאָטיקע“, דער געװיסער „מאָטיקע“, דער װאָס פֿאָרט פֿון יעהופּעץ קײן פּעטערבורג ניט אַנדערש װי אין אַן עקסטרע־װאַגאָן, דאַרף ניט קײן ייִדיש בלאַט.

װעט איר מיך אָפּשיקן מסתּמא אױף „פּאַראָל“? אױף דער „דעמיעװקע“? אױף , סלאַבאָדקע“?„.. דאָרט זענען פּראָסטע ייִדן, װאָס האָבן ליב אַ ייִדיש װאָרט… מעגלעך, זײער מעגלעך. פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: װי אַזױ האָבן זײ געלעבט ביז אַהער? װי אַזױ האָבן זײ זיך באַגאַנגען אָן אַ ייִדיש בלאַט ביז אַהער? װעט איר מיר ענטפֿערן אַ תּירוץ: למאַי װאַרשע? װאַרשע האָט דען ניט הײַנט פֿינף ייִדישע טעגלעכע צײַטונגען אַחוץ װאָכנבלעטער? װעל איך אײַך פֿרעגן: למאַי אָדעס? אָדעס אַ ייִדישע שטאָט און האָט זי דען כאָטש אײן ייִדישע צײַטונג? װעט איר מיר ענטפֿערן: למאַי טאָלמאַטשאָװ?.. הקיצור, איך װעל אײַך פֿרעגן אַלע מאָל אַן אַנדער „הלמאַי“, און איר װעט מיר געבן אױסגאָב צוריק אַ „למאַי“ ― אַ מעשׂה אָן אַן עק. זעט נאָר, ברידערלעך, צי איז דאָס ניט בײַ אײַך דאָרטן חלילה אַ מאָדע געװאָרן אױף ייִדישע גאַזעטן? אַ מין ספּאָרט רחמנא־לצלן?… בײַ „זײ“ איז אַ ספּאָרט ― פֿערד, װעלאָסיפּעדן, אױטאָמאָבילן, פֿלימאַשינען, און בײַ „אונדז“ איז אַ ספּאָרט ― גאַזעטן, „זײ“ װעטן זיך, װעמענס גאַזעט װעט פֿריִער פֿאַרברענט װערן?… שאַט, ייִדן! געקומען צו רײד פֿון ספּאָרט, פֿון װעטענישן, האָב איך מיך דערמאָנט אַן אײַנפֿאַל מיט אַ װעטן און מיט רעטעניש. װער ס'װעט טרעפֿן דאָס רעטעניש זאָל אַרײַנשיקן אין דער רעדאַקציע פֿון „קיִעװער װאָרט“ זײַן ענטפֿער, און זײַן נאָמען װעט זײַן געדרוקט אין בלאַט. הערט זשע מיט קאָפּ:

געװען אַ מאָל צװײ ספּאַָרטמענטשן, געװײנטלעך ענגלענדער. אײנער האָט זיך געהײסן דזשאָן, דער אַנדערער דזשעק. זײער עובֿדה אין געװען, זײ פֿלעגן תּמיד האַלטן אין אײן װעטן זיך אױף זײערע פֿערדלעך, װער פֿון זײ װעט קומען פֿריִער. אײן מאָל איז זײ נימאס געװאָרן דאָס לױפֿן. רופֿט זיך אָן אײן ענגלענדער צום אַנדערן: „דזשאָן, װײסט דו װאָס? לאָמיר גײן אין

געװעט, ― װעמענס פֿערדל װעט קומען שפּעטער“. די מעשׂה איז דזשאָנען געפֿעלן. האָבן זײ אײַנגעלײגט געלט און געזעצט זיך אױף די פֿערדלעך און מען פֿאָרט. דזשאָן גײט פּאַװאָליע. דזשעק גײט נאָך מער פּאַװאָליע. דזשאָן קױם װאָס ער קריכט זיך, דזשעק קױם װאָס ער רירט זיך. אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט ― בײדע האָבן אָפּגעשטעלט די פֿערדלעך און אַװעקגעזעצט זיך אין מיטן פֿעלד און מען זיצט אַ שעה, מען זיצט צװײ, מען זיצט דרײַ ― זײ האָבן זיך צעװײנט. פֿאָרט דורך פֿאַרבײַ אַ ייִד און זעט צװײ פּריצים זיצן און װײנען. גײט ער צו צו זײ: „װאָס װײנט איר?“ דערצײלן זײ אים די מעשׂה. מאַכט צו זײ דער ייִד: „איך װעל אײַך געבן אַן עצה, װעט איר מיר זאָגן אַ דאַנק“. און ער בײגט זיך אָן צו זײ און רױמט אײַן יעדן באַזונדער אַ סוד אױפֿן אױער. מײַנע ענגלענדער כאַפּן זיך אױף פֿון דער ערד. אַרױף צוריק אױף די פֿערד און ― פּאַשאָל!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

פּרענט זיך: װאָס האָט זײ דער ייִד אַזעלכעס געזאָגט???

נערװיNervi )איטאַליע(, דעצעמבער 1909

אױפֿן הימל אַ יריד (אַ טראַגעדיע פֿון פּרעמיעס)

― דאָס האָט זיך געטראָפֿן, מײַן ליבער ייִד, אין אַ װאַרעמער זומערנאַכט, אין װאַרשע הײסט עס, אױף דער סמאָטשע־גאַסSmocza. עס איז שױן געװען װײַט האַלבע נאַכט. די זילבערנע לבֿנה, װי מען רופֿט זי אָן אין די ביכלעך, האָט זיך געהאַט אַװעקגעמאַכט אױף יענער זײַט לאַזיענקעסLazienki Królewskie: אַ פּאַרק אין װאַרשע; ניט געװאָלט מער אַרײַנקוקן אין דער קבצנישער גאַס: די בריליאַנטענע שטערן האָבן אָנגעהױבן אײנציקװײַז אױסלעשן זיך אַזױ װי די בענטשליכט, ― אַז עס האָט זיך פּלוצעם געלאָזט הערן אַ קנאַק, און ― איך האָב דערפֿילט אױף מײַן לינקער באַק פֿינף קאַלטע פֿינגער און דערהערט אַ װילדן געשרײ פֿון אַ קענטלעכער שטים: איך װאָלט געמעגט שװערן אַז דאָס רעדט מײַן װײַב, זאָל לעבן: „אַרױס, משומד! ― האָט זי געשריגן מיט אַזעלכע קולות, גלײַך װי מען װאָלט זי געװאָלט קױלען ― אַרױס מיט דער חצופֿה אין אײנעם, איך זאָל דײַן טרײפֿענעם פּרצוף ניט אָנקוקן!!! װאָן!!!“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― יאָ, מײַן ליבער ייִד, דאָס איז געװען דאָס קול פֿון מײַן װײַב אסתּר-ברכה זאָל לעבן, און דאָס זענען געװען אירע פֿינף פֿינגער טאַקע אױף מײַן לינקער באַק. רבונו־של־עולם! ― טראַכט איך מיר ― איך װאָלט נאָר געװאָלט װיסן, פֿאַר װאָס? פֿאַר װאָס קומט דאָס מיר? פֿאַר װעמענס זינד?! איך בין, דאַרפֿט איר װיסן זײַן, אַ באַװײַבטער ברוך־השם ניט דאָס ערשטע יאָר, שװער איך אײַך בהן־שלי, אַז עס האָט זיך מיר נאָך אַזאַ מעשׂה, הערט איר, ניט געטראָפֿן! מײַן װײַב זאָל אױף מיר בײזערן זיך אַ מאָל, יאַדען, עסן, זידלען, שעלטן ― דאָס טרעפֿט: דערױף איז זי דאָך אַ װײַב און איך בין אַ מאַן. נאָר זי זאָל אױפֿהײבן אױף מיר אַ האַנט ― דאָס האָט זי שױן געמוזט אַ פּנים שטאַרק אַרױס פֿון די כּלים. דאָ האָט שױן געמוזט פֿאָרקומען עפּעס אַזעלכעס, װאָס טרעפֿט זיך אײן מאָל אין הונדערט יאָר. און בכדי איר זאָלט פֿאַרשטײן אַקוראַט װי אַזױ דאָס האָט זיך געטראָפֿן, מוז מען אײַך אַ פּנים דערצײלן די גאַנצע מעשׂה פֿונעם אָנהײב ביזן סוף מיט אַלע פֿלעטערלעך, מיט אַלע פֿעלדעלעך און מיט אַלע צושניטלעך. אפֿשר געפֿינט זיך בײַ אײַך אַ פּאַפּיראָסל?