פֿעליעטאָנען: דער פֿיר־פּנימדיקער ראַבינער

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער פֿיר־פּנימדיקער ראַבינער: אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן

אַ מאָל, אַ מאָל, שױן לאַנג, ניט פֿאַר אונדזערע צײַטן, אין אַ װײַטער־װײַטער מדינה, װאָס צו איר איז אפֿשר 40 טעג גאַנג, אין אַ גרױסער־גרױסער שטאָט, װאָס ליגט בײַם ברעג פֿונעם שװאַרצן ים, האָט זיך געפֿונען אַ גרױסע ייִדישע קהילה, װי אַלע ייִדישע קהילות פֿאַרצײַטן, װאָס האָט זיך געהאַט איר רבֿ, איר פּרײדיקער, איר ראַבינער, איר רעדל־פֿירער, װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן.

יאָרן לאַנג האָט דער רבֿ געפּסקנט שאלות, דער פּרײדיקער האָט געפּרײדיקט, דער ראַבינער האָט זיך געטאָן װאָס אַ ראַבינער דאַרף טאָן, און דער רעדל־פֿירער האָט געדרײט דאָס רעדל, ס'איז זיך געגאַנגען אַלצדינג װי אַ מיזמור, און מען האָט זיך קײן מאָל ניט געקריגט.

װײסט איר פֿאַר װאָס מען האָט זיך ניט געקריגט? װײַל דער רבֿ מיטן פּרײדיקער מיטן ראַבינער מיטן רעדל־פֿירער זענען געװען אַלע פֿיר אײן מענטש, דאָס הײסט ס'איז געװען אַ מאַן, װאָס האָט באַטראָטן אָט די אַלע פֿיר פּאָסטנס, און די שטאָט איז געװען צופֿרידן, און דער מאַן איז געװען צופֿרידן, און אַלץ איז געגאַנגען װי אױף פּוטער.

ויהי היום, מאַכט זיך אַ מעשׂה אַז דער דאָזיקער מאַן לײגט זיך אַנידער און שטאַרבט אַװעק, און די שטאָט איז געבליבן אָן אַ רבֿ, אָן אַ פּרײדיקער, אָן אַ ראַבינער און אָן אַ רעדל־פֿירער.

געבליבן אָן אַ רבֿ, אָן אַ פּרײדיקער, אָן אַ ראַבינער, אָן אַ רעדל־פֿירער, האָט די שטאָט אָנגעהױבן זוכן אַן אַנדערן אױף זײַן אָרט, געזוכט־געזוכט און ניט געקאָנט געפֿינען.

האָט מען צעשיקט בריװ איבער אַלע מדינות און אױסגערופֿן, װער עס װיל זײַן רבֿ, פּרײדיקער, ראַבינער און רעדל־פֿירער, זאָל ער זיך װענדן אױף דעם און אױף דעם נאָמען אין דער און אין דער שטאָט.

האָבן אָנגעהױבן גײן בריװ פֿון דער גאַנצער װעלט, בעלנים האָבן זיך געפֿונען דװקא אַ סך, נאָר קײנער פֿון זײ איז ניט געװען דער שטאָט צום האַרצן.

איטלעכער נײַער קאַנדידאַט װאָס האָט זיך באַװיזן האָט געמוזט האָבן עפּעס אַ חסרון. איז ער געװען אַ גוטער רבֿ, האָט ער ניט געקאָנט פּרײדיקן; איז ער געװען אַ שײנער פּרײדיקער, האָט ער ניט געקאָנט פּסקענען קײן שאלות; איז ער געװען בײדע זאַכן, האָט ער ניט געפּאַסט פֿאַר ראַבינער, האָט ער ניט געטױגט פֿאַר קײן רעדל־פֿירער.

בקיצור, אַ מענטש מיט אַלע מעלות טרעפֿט זיך אײן מאָל אין טױזנט יאָר, װאָרעם „אַלץ אין אײנעם איז ניטאָ בײַ קײנעם“, און אַזױ איז די שטאָט פֿאַרבליבן אָן אַ רבֿ, אָן אַ פּרײדיקער, אָן אַ ראַבינער און אָן אַ רעדל־פֿירער אַ צײַט מיט יאָרן.

כּמעט האָט די שטאָט שױן אָנגעהױבן זיך מיאש זײַן, און דער רחמנות אױף איר איז געװען גרױס װאָס אין־לשער.

האָט זיך גאָט דערבאַרעמט און האָט אַרײַנגעגעבן אירע אײַנװױנער אַ זין ― מען זאָל זוכן לכתּחילה פֿיר באַזונדערע פּאַרשױנען; אײנעם אױף רבֿ, דעם אַנדערן אױף פּרײדיקער, דעם דריטן אױף ראַבינער און דעם פֿערטן אױף רעדל־פֿירער. װעט שױן דעמאָלט זײַן אַלצדינג רעכט.

ויהי כּן ― ס'איז טאַקע אַזױ געװען.

עס זענען זיך צונױפֿגעפֿאָרן אַלערלײ פּאַרשױנען פֿון דער גאָרער װעלט: רבנים באַזונדער, פּרײדיקער באַזונדער, ראַבינערס באַזונדער און רעדל־פֿירערס באַזונדער, און אַלץ גרױסע רבנים מופֿלגים, גרױסע געבילדעטע לײַט, דאָקטױרים פֿילאָסאָפֿיע און טאַקע אמתע דאָקטױרים און אינזשענירן און יוריסטן װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן.

און ס'האָט זיך אָנגעהױבן אַ פֿאַרהערעניש: דער רבֿ האָט באַװיזן זײַן תּורה, דער פּרײדיקער האָט געזאָגט אַ דרשה, דער ראַבינער האָט איבערצײַגט װי גוט ער קאָן פֿאַרשרײַבן מעטריקעס, און דער רעדל־פֿירער האָט באַװיזן װי אַזױ מען פֿירט אַ גאַנצע שטאָט בײַ דער נאָז, אַבי מען װיל נאָר…

און מחמת רבנים זענען געװען אַ סך, פּרײדיקער אַ סך, ראַבינערס אַ סך און רעדל־פֿירערס אױך אַ סך, האָט די שטאָט ניט געװוּסט װאָס זאָל זי טאָן?

אַ צײַט איז די שטאָט אַרומגעגאַנגען צעטומלט, װי אַ פֿאַרדולטע, כּדומה למשל װי אַן אָרעמאַן װאָס האָט אין אײן טאָג געהאַט אַ חתונה מיט אַ ברית מיט אַ בר־מיצװה מיט אַ פּדיון־הבן מיט אַ גט מיט אַ סיום־הש″ס און אַ רײַכע לװיה אױך בתוכם…

איז געבליבן מען זאָל װאַרפֿן גורל אױפֿן רבֿ און אױפֿן פּרײדיקער און אױפֿן ראַבינער און אױפֿן רעדל־פֿירער, און אױף װעמען דער גורל װעט פֿאַלן ― דער זאָל בלײַבן.

האָט מען געװאָרפֿן גורל און ס'איז געפֿאַלן דער גורל אױף פֿיר פּאַרשױנען: אײנעם אַ רבֿ, דעם אַנדערן אַ פּרײדיקער, דעם דריטן אַ ראַבינער און דעם פֿערטן אַ רעדל־פֿירער ― און די שטאָט האָט זיך געפֿרײט, ס'איז געװען שׂשׂון־ושׂימחה, אור ליהודים, און אַלע זענען געװען צופֿרידן, אי דער עולם אי די רבנים, און מען האָט יענעם טאָג געמאַכט אַ סעודה, און מען האָט גענומען צו ביסלעך װײַן, געהױבן טאָסטן, געהאַלטן רעדעס, װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן. און דער עולם איז זיך צעגאַנגען איטלעכער אין זײַן רו אַרײַן

ויהי און ס'איז געװען אַז מ'האָט זיך איבערגעשלאָפֿן די נאַכט און מען איז אױפֿגעשטאַנען אױף מאָרגן, האָט זיך די שטאָט אָנגעהױבן באַטראַכטן: געװאַלד, װאָס האָט זי געטאָן? פֿריִער האָט זי געהאַט אײן מאַן, איז ער געװען אַלצדינג: רבֿ און פּרײדיקער און ראַבינער און רעדל־פֿירער, הײַנט האָט זי אױף זיך פֿיר פּאַרשױנען מיט אַ מאָל! צו װאָס דאַרף זי אױף זיך אַזױ פֿיל פּריצים?

הקיצור, ― דער עולם האָט אָנגעהױבן מורמלען, בלאָזן זיך אײנס אױף דאָס אַנדערע, װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער, און דערצו האָט די װעלט אָנגעהױבן מאַכן פֿון זײ חוזק, מען האָט זײ אַרײַנגענומען גוט אין די מײַלער, אָנגעהױבן שרײַבן װעגן זײ אין די גאַזעטן, דערגאַנגען די יאָרן, װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן.

די אױסגעקליבענע פּאַרשױנען האָבן דאָס אַלצדינג געזען און געהערט און געמאַכט זיך כּלא־יודע, זײ האָבן זיך געטראַכט: איר מעגט אײַך שױן בלאָזן צעזעצטערהײט. אױסגעקליבן ― איז פֿאַרפֿאַלן!

איז געבליבן מען זאָל זיך צונױפֿקומען אױף אַן אַסיפֿה, האַלטן זיך אַן עצה, װאָס טוט מען מיטן אומגליק?

און מען האָט געמאַכט אַן אַסיפֿה, און מען האָט זיך געהאַלטן אַן עצה, איטלעכער האָט גערעדט אַ רעדעניש, דער אַזױ, דער אַזױ; װאָס דער האָט געזאָגט, האָט יענער געדרונגען פּונקט קאַפּױער, איז געקומען אַ דריטער און האָט אױפֿגעװיזן גאָר בױדעם מיט די פֿיס אַרױף, װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן ― ביז אײנער אַ חכם איז געפֿאַלן אױף אַ המצאה און איז אַרױף אױף אַ בענקל און האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט דער האַנט אין טיש אַרײַן און אָנגעהױבן בזה־הלשון:

„רבותי! הערט בעסער װאָס איך װעל אײַך זאָגן! אַלע רעדן און קײנער רעדט ניט צו דער זאַך. װאָס טױגן די מליצות, װאָס איר שאַרפֿט אײַך די צינגלעך? איך װעל אײַך דאָס אײגענע אַרױסגעבן בקיצור אין דרײַ װערטער. די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: אַ צײַט מיט יאָרן האָבן מיר געהאַט אַ רבֿ, װאָס ער איז געװען רבֿ און ראַבינער און פּרײדיקער און רעדל־פֿירער, און מיר האָבן אַלײן ניט געװוּסט װאָס פֿאַר אַ חיות דאָס איז און װי מיר דאַרפֿן אים שאַנעװען, װאָרעם װען מיר װאָלטן ניט האָבן קײן ראַבינער נאָר אַ רבֿ אַלײן, װאָלט דאָך געװען דײנו! װען מיר װאָלטן ניט געהאַט קײן רבֿ, נאָר אַ ראַבינער אַלײן, װאָלט געװען דײנו! װען מיר װאָלטן האָבן אַ רבֿ מיט אַ ראַבינער, נאָר ניט קײן פּרײדיקער, װאָלט דאָך געװיס געװען דײנו! װען מיר װאָלטן האָבן אַ רבֿ און אַ ראַבינער און אַ פּרײדיקער, נאָר ניט קײן רעדל־פֿירער, װאָלט דאָך אַװדאי געװען דײנו! װען מיר װאָלטן האָבן אַ רבֿ און אַ ראַבינער און אַ פּרײדיקער און אַ רעדל־פֿירער, װי מיר האָבן געהאַט, װאָלט דאָך אַװדאי און אַװדאי געװען דײנו!

על־אַחת־כּמה־וכּמה, אַז מיר האָבן געהאַט אי אַ רבֿ, אי אַ ראַבינער, אי אַ פּרײדיקער, אי אַ רעדל־פֿירער, איז דאָך אונדז געװען גוט װי די װעלט! אָבער אַצינד, אַז מיר האָבן ניט קײן רבֿ, ניט קײן ראַבינער, ניט קײן פּרײדיקער, ניט קײן רעדל־פֿירער ― טפֿו! װאָס רעד איך? אַצינד, אַז מיר האָבן פֿיר רבנים, מיט פֿיר ראַבינערס, מיט פֿיר פּרײדיקער, מיט פֿיר רעדל־פֿירערס, װײסן מיר שױן גאָרניט װוּ מיר זענען אין דער װעלט און מיר גײען אַרום װי צעדולטע און בלאָזן זיך אײנס אױף דאָס אַנדערע, װאָלטן זיך דערטרינקען אײנס דאָס אַנדערע אין אַ לעפֿל װאַסער אָדער אָפּגעביסן זיך די נעזער. נאָר אױך די אײגענע מעשׂה: װאָס העלפֿט איצטער דאָס בלאָזן זיך? אָפּגעטאָן אַ נאַרישקײט ― איז פֿאַרפֿאַלן, צוריק כאַפּט מען ניט. דרײַ יאָר װעלן מיר זיך מוזן האַלטן מיט דער באָמבע. אײַ װאָס? ס'איז שװער, זאָגט איר, אױסצוהאַלטן דעם „קװאַרטעט“? בין איך אײַך מודה אַז איר זענט אַװדאי זײער גערעכט: ס'איז ניט גוט, װאָס זאָל מען קלערן! נאָר װאָס דען! צו סם איז פֿאַראַן אַ רפֿואה, און צו אַן אומגליק איז פֿאַראַן אַן עצה. איך האָב, רבותי, לאַנג־לאַנג געטראַכט און געטראַכט און בין דאַנקען השם־יתברך געפֿאַלן אױף אַן עצה. מײַן עצה איז אַזאַ מין עצה, װאָס איך האָף אַז איר װעט אם־ירצה־השם האָבן הנאה. אַזױ װי מיר האָבן ניט קײן רבֿ און קײן ראַבינער און קײן פּרײדיקער און קײן רעדל־פֿירער, מײן איך פֿאַרקערט, אַזױ װי מיר האָבן איצט צו פֿיל רבנים און ראַבינערס און פּרײדיקערס און רעדל־פֿירערס, און האַלטן זיך מיט זײ מוזן מיר דרײַ יאָר כּסדר, װאָלט איך געזאָגט: לאָמיר מאַכן פֿון די דאָזיקע פּאַרשױנען אײנעם. אײַ װעט איר מיך פֿרעגן, װי אַזױ? גאָר פּראָסט! װוּ שטײט דאָס, איך בעט אײַך, אַז אַ מענטש באַדאַרף זײַן קײַלעכיק? אַ מענטש איז דען אַ בײגל? איך פֿרעג אײַך, פֿאַר װאָס זאָל ניט קאַנען געמאָלט זײַן קײן פֿירעקיקער מענטש אױף דער װעלט? לאָמיר נעמען די פֿיר פּאַרשױנען און לאָמיר זײ צונױפֿקלעפּן אױף די דרײַ יאָר (װאָס הערן מיר זי?) אַלע אין אײנעם, װעלן מיר האָבן דאָס אײגענע װאָס מיר האָבן געהאַט אַ מאָל: אַ רבֿ, אַ פּרײדיקער, אַ ראַבינער און אַ רעדל־פֿירער און אַלע פֿיר אין אײן פּאַרשױן!…“

אָפּגעזאָגט, איז דער בעל־עצה אַראָפּ פֿון בענקל, און אַ פּנים אַז די עצה איז דעם עולם שטאַרק געפֿעלן, װאָרעם מען האָט לאַנג־לאַנג געפּליעסקעט בראַװאָ און מען האָט דעם בעל־עצה געכאַפּט אױף די הענט און מען האָט אים געטראָגן איבער דעם גאַנצן זאָל און געשריגן: „בראַװאָ“! און „הוראַ“! און „הידד“!!! װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן.

און מען האָט געשיקט רופֿן די פֿיר אױסדערװײלטע פּאַרשױנען און מען האָט זײ מחילה אַנידערגעלײגט און מען האָט זײ אײַנגעגעבן אַ שלאָפֿגעטראַנק און מען האָט זײ געמאַכט גאַנץ פֿײַן די אָפּעראַציע…

אַז זײ האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט זענען זײ געװען שױן אַלע פֿיר נאָר אײן פּאַרשױן, נאָר אַ משונה־מאָדנע באַשעפֿעניש מיט פֿיר פּנימער, מיט אַכט הענט, און מיט אַכט פֿיס, אַ פֿיר־עקיקער, פֿיר־פּנימדיקער ראַבינער, װאָס הײַנט װערט דאָס אָנגערופֿן אױף אונדזער לשון „קאָלעגיאַלנעколлегиально: קאָלעקטיװ ראַבינאַט“ אָדער אַ קאָנסאָרטיום פֿון רבנים.“ און די שטאָט האָט זיך געפֿרײט, ס'איז געװען שׂשׂון־ושׂימחה, אור ליהודים, און אַלע זענען געװען צופֿרידן, אי דער עולם, אי דער פֿיר־פּנימדיקער ראַבינער, און מען האָט יענעם טאָג געמאַכט אַ סעודה, און מען האָט גענומען צו ביסלעך װײַן. „געהױבן טאָסטן“, געהאַלטן רעדעס, װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן, און דער עולם איז זיך צעגאַנגען איטלעכער אין זײַן רו אַרײַן.

און דאָ הײבט זיך ערשט אָן די רעכטע מעשׂה. און מחמת איך װײס אַז איר זענט נײַגעריק צו װיסן דעם סוף, קאָן איך באַשטײן די מעשׂה אָפּלײגן אױף אם־ירצה־השם מאָרגן. נישקשה, אײן נאַכט קאָנט איר איבערטראָגן, עס װעט אײַך חלילה גאָרניט שאַטן.

די ערשטע צײַט האָט זיך דער נײַער פֿיר־פּנימדיקער ראַבינער געפֿילט דװקא נישקשהדיק. דעם מאָגן איז געפֿעלן די מעשׂה, װאָס עס אַרבעטן אױף אים פֿיר מײַלער, און בשעת צװײ־דרײַ פּאָר אױגן האָבן געדרימלט, איז אײן פּאָר אױגן געװען װאַכעדיק און אַכטונג געגעבן אױפֿן גאַנצן איבעריקן גוף.

הײַנט איז געװען נאָך אַ מעלה: בשעת מען האָט דעם ראַבינער אױפֿגערופֿן שבת אין שול צו דער תּורה, מכבד געװען מיט מפֿטיר, האָט ער געשיקט דעם רבֿ; בשעת מען האָט באַדאַרפֿט עפּעס צו זאָגן, האַלטן אַ רעדע, האָט ער באַװיזן מיט דער האַנט אױף דעם פּרײדיקער; אַז מען איז געקומען נאָך אַ מעטריקע האָט ער מטריח געװען דעם ראַבינער און אַז ס'האָט געהאַלטן עפּעס בײַ אַ דרײדל אין שטאָט, אַ המצאהלע, אַ קהלשע אָפּשניצל, האָט ער אַרױסגעשטעלט דעם רעדל־פֿירער.

װאָס װײַטער־װײַטער האָבן זיך אָבער אָנגעהױבן מחלוקתן צװישן די פֿיר פּנימער, פֿריִער קלענערע, נאָך דעם גרעסערע, ביז זײ האָבן זיך אַזױ צעאַמפּערט, אַז זײ האָבן אָנגעהױבן טאָן אײנס דאָס אַנדערע צו דער גאַל: למשל מען האָט אים אױפֿגערופֿן שבת צו דער תּורה, מכבד געװען מיט מפֿטיר, רופֿט זיך אָן דעם רבֿס פּנים צום פּרײדיקער: „גײט, זײַט מוחל, זאָגט מפֿטיר!“ דערפֿאַר, אַז ס'איז געקומען נאָך קריאת־התּורה, מען האָט באַדאַרפֿט אָנהײבן פֿרײדיקן, מאַכט דעם פּרײדיקערס פּנים צום רבֿ: „אַנו זײַט זיך מטריח שטעלט זיך אַקאָרשט פּרײדיקן!“…

און װאָס װײַטער אַלץ ערגער, פּונקט דעמאָלט װען דעם רבֿס פֿיס האָבן געװאָלט גײן אין שול אַרײַן, האָט זיך דעם פּרײדיקער פֿאַרגלוסט אין קלוב אָדער אין טעאַטער אָדער אַזױ ערגעץ צװישן יונגע־לײַט, און אַז דעם פּרײדיקערס קאָפּ האָט געװאָלט גײן אָן אַ היטל, האָט אים דער רבֿ אױף צו להכעיס אָנגערוקט די יאַרמלקע.

„װאָס װילט איר האָבן פֿון מײַן לעבן? אײַך װילט זיך אַ יאַרמלקע? נעמט אײַך אײַער שטיקל קאָפּ און דעקט דאָס צו מיט װאָס איר װילט! װאָס האָט איר צו מײַן קאָפּ?“

אַזױ זאָגט דער פּרײדיקער צום רבֿ, און דער רבֿ װיל אים דערגײן די יאָרן, ענטפֿערט ער אים אױף לשון־קודש: „אָסור לילך ד′ אַמות בגלוי ראָש“… זײַט זיך מטריח, פּאַניעпане: רב פּרײדיקער, און פֿאַרטײַטשט מיר, װאָס האָב איך דאָ געזאָגט?…

דער פּרײדיקער פֿאַרשטײט גאַנץ גוט, װאָס דער רבֿ מײנט מיט זײַן לשון־קודש רעדן, נאָר ער מאַכט זיך תּמעװאַטע און ענטפֿערט אים: „פֿרעגט בײַם ראַבינער אָדער בײַם רעדל־פֿירער, זײ װעלן אײַך שױן זאָגן; מײַן עסק איז פּרײדיקן“…

און דער ראַבינער מיטן רעדל־פֿירער בשעת־מעשׂה שלאָפֿן אױך ניט; זײ האַלטן אין אײן קריגן זיך; װאָס דער זאָגט, זאָגט דער אַנדערער קאַפּױער; זאָגט דער למשל „פֿראַקציע“, ענטפֿערט יענער „מזרחי“: זאָגט דער „ציון“, מאַכט יענער „אוגאַנדאַ“, און אַזױ װײַטער.

נאָר כּל־זמן עס האָט געהאַלטן בײַ װערטער אַלײן, איז נאָך געװען צו דערלײַדן. עס איז דערגאַנגען צו ערגערס. איר מײנט אפֿשר פּעטש? חס־וחלילה! װי קען אַ מענטש נעמען זיך אַלײן געבן פּעטש? ―

זײ האָבן געפֿונען אַן אַנדער מיטל, דהײַנו: זײ האָבן אָנגעהױבן טאָן אײנס דאָס אַנדערע אױף צו להכעיס, אױף צעזעצעניש.

פֿריִער האָבן אָנגעהױבן די מײַלער. זײ האָבן געזאָגט: „װאָס דאַרפֿן מיר קײַען פֿאַר יענעמס מאָגן?“.. נאָך דעם האָבן זיך אָנגעהױבן בונטעװען די הענט: „װאָס דאַרפֿן מיר אַרבעטן פֿאַר יענעם?“ נאָך דעם האָבן זיך מישבֿ געװען אַ פּאָר פֿיס און האָבן זיך אונטערגעבױגן אונטער זיך, װי בײַ די אַחשתּרנים: „גענוג! ― האָבן זײ געזאָגט ― גענוג פֿאַר אײן גוף דרײַ פּאָר פֿיס!“ אױף זײ קוקנדיק האָבן זיך צוגעשטעלט אױך די אַנדערע פּאָר פֿיס, די דריטע און אַזױ װײַטער. אױך די אױגן האָבן זיך פֿאַרלאָזט אײנס אױף דאָס אַנדערע און האָבן זיך געטראַכט: „פֿאַראַן גענוג אױגן אױף צו קוקן, מיר קענען דערװײַלע כאַפּן אַ דרימל“…

ביז אײן מאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן שטײט אױף די שטאָט, טוט זיך אַ כאַפּ, והילד איננו ― ניטאָ ניט קײן רבֿ, ניט קײן פּרײדיקער, ניט קײן ראַבינער, ניט קײן רעדל־פֿירער!

װוּ זענען זײ אַהינגעקומען? זײ ליגן און דרימלען, רירן זיך ניט פֿונעם אָרט. מען װאַרט אַ שעה, מען װאַרט צװײ, מען װאַרט דרײ, מען װאַרט אַ גאַנצן טאָג ― ניטאָ זײ!

האָט מען געשיקט צו זײ אײן דעפּוטאַציע, די אַנדערע, די דריטע ― זײ ענטפֿערן ניט! האָט זיך צונױפֿגעקליבן די גאַנצע שטאָט און מען איז געקומען צו זײ צו גאַסט: „װאָס איז די מעשׂה, װאָס איר רירט זיך ניט?“ ― ניטאָ קײן ענטפֿער!

בקיצור, פֿריִער מיט גוטן, נאָך דעם מיט בײזן, זײ האָבן זיך אױסגעקװעטשט „איר האָט אונדז געמאַכט, זאָגן זײ, אומגליקלעך, מיר קענען ניט זײַן אין אײנעם!“

„װאָס רעדט איר דאָס? ― מאַכט צו זײ די שטאָט ― איר זענט דאָך אײן גוף, אײן נשמה!“ יאָ ― זאָגן זײ ― אײן גוף, אײן נשמה! מיר זענען אָבער צו פֿיל אױערן, מיט צו פֿיל אױגן, מיט צו פֿיל הענט, און מיט צו פֿיל פֿיס! „װאָס זשע װילט איר?“ װילן מיר איר זאָלט אונדז צעשײדן! „און אַז ניט?“ און אַז ניט, װעלן מיר אָט אַזױ ליגן ביז עס װעלן אױסגײן די דרײַ יאָר, זיך ניט רירן פֿונעם אָרט ― און רופֿט אונדז קנאַקניסלעך! אַזױ האָבן געענטפֿערט די פֿיר פּנימער, און די בעלי־בתּים זענען מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ, װי אָפּגעשמיסענע, אַװעקגעגאַנגען אַהײם, והעיר נבֿוכה, און די שטאָט האָט זיך פֿאַרזאָרגט.

ויהי בבוקר ― און ס'איז געװען אין דער פֿרי, האָבן זיך די בעלי־בתּים אָנגעהױבן קריגן, אַרױפֿלײגן די באָד אײנס אױפֿן אַנדערן, און אַלע אין אײנעם איז מען אָנגעפֿאַלן אױף יענעם חכם דעם בעל־עצה, װאָס איז געפֿאַלן אױף אַזאַ קלוגע המצאה ― נעמען פֿיר באַזונדערע באַשעפֿענישן און מאַכן פֿון זײ אײנס; סטײַטש, װוּ זענען געװען זײערע קעפּ? זײערע אױגן? און איטלעכער װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט באַשאָטן יענעם חכם דעם בעל־עצה מיט פֿײַער, געזאָגט אױף אים שטעכװערטלעך, געזוכט חסרונות, געמאַכט אים אױסצודרײען, װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן.

איז געבליבן מען זאָל מאַכן אַן אַסיפֿה, זיך האַלטן אַן עצה, װאָס טוט מען מיט דעם נײַעם אומגליק?

און מען האָט געמאַכט אַן אַסיפֿה און מען האָט זיך געהאַלטן אַן עצה. איטלעכער האָט גערעדט אַ רעדעניש, דער אַזױ, דער אַזױ; װאָס דער האָט געזאָגט, האָט יענער געדרונגען פּונקט קאַפּױער, איז געקומען אַ דריטער און האָט אױפֿגעװיזן לאַקירדע, װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן.

האָט זיך געפֿונען נאָך אײנער, אַ גוטער חכם, און איז אַרױף אױף אַ בענקל און האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט דער האַנט אין טיש אַרײַן און אָנגעהױבן כּהאַי־לישנא.

„רבותי! שמעני הערט מיך צו, װאָס איך על אײַך זאָגן! אַלע רעדן און קײנער רעדט ניט װאָס מען דאַרף, למאַי זאָלט איר זיך אומזיסט קריגן און רעדן אַזױ פֿיל אַז מען קאָן דאָס אַרױסזאָגן בשלושה דבֿרים אין צװײ װערטער? די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: ס'איז געװען אַ צײַט װאָס מיר האָבן געהאַט אַ רבֿ, װאָס ער איז געװען רבֿ און ראַבינער און פּרײדיקער און רעדל־פֿירער, און מיר האָבן קײנס ניט געװוּסט פֿון אונדזער תּענוג, װאָרעם אַז מיר זאָלן געװען האָבן נאָר אַ רבֿ אַלײן, װאָלט דאָך געװען דײנו! און אַז מיר זאָלן געװען האָבן נאָר אַ ראַבינער אַלײן, װאָלט דאָך אױך געװען דײנו! און אַז מיר זאָלן געװען האָבן אַ רבֿ מיט אַ ראַבינער, װאָלט דאָך געװיס געװען דײנו! און אַז מיר זאָלן געװען האָבן אַ רבֿ מיט אַ ראַבינער מיט אַ פֿרײדיקער, װאָלט דאָך אַװדאי געװען דײנו! און אַז מיר זאָלן געװען האָבן אַ רבֿ און אַ ראַבינער און אַ פּרײדיקער און אַ רעדל־פֿירער, װאָלט דאָך אַװדאי און אַװדאי געװען דײנו!

על־אַחת־כּמה־וכּמה, אַז מיר האָבן געהאַט אי אַ רבֿ, אי אַ ראַבינער, אי אַ פֿרײדיקער, אי אַ רעדל־פֿירער, האָט דאָך אונדז די גאַנצע װעלט מקנא געװען! אָבער אַצינד, אַז גאָט האָט אונדז געשטראָפֿט, מיר האָבן ניט קײן רבֿ, ניט קײן ראַבינער, ניט קײן פּרײדיקער, ניט קײן רעדל־פֿירער, דאָס הײסט האָבן האָבן מיר אַפֿילו יאָ אַ רבֿ מיט אַ ראַבינער מיט אַ פּרײדיקער מיט אַ רעדל־פֿירער, נאָר ס'איז אַלץ אײנס װי מיר האָבן גאָרניט, מחמת זײ ליגן און װילן זיך ניט רירן פֿונעם אָרט, כאָטש נעם װאַרף זײ אַרױס אױף דרײ שפּענדלעך. איז דאָך אונדז זײער ניט פֿױגלדיק, מיר זענען כּצאן בלי רועה, אײן גאָט זאָל זיך אױף אונדז דערבאַרעמען! און דערצו נאָך דער בזיון, װאָס די גאַנצע װעלט מאַכט חוזק פֿון אונדזער אָפּעראַציע, איטלעכער האַלט אונדז אין די מײַלער, װוּ צװײ איז אונדזער שטאָט אַ דריטע, מיט אונדז זענען פֿול אַלע גאַזעטן; לכן איז מײַן עצה, איר זאָלט מיך פֿאָלגן און שױן מאַכן בעסער גאָר אַ שװײַג, לאָז די װעלט אױפֿהערן האָבן מיט אונדז צו טאָן. אײַ װעט איר מיך פֿרעגן, װאָס טוט מען דערװײַלע מיט אונדזער פֿיר־פּנימדיקן ראַבינער, װאָס װיל זיך ניט רירן פֿונעם אָרט? אַ שײנע רײנע כּפּרה ― לאָז ער ליגן. געזונטערהײט! עס װעט אױסגײן די דרײַ יאָר װעלן מיר אים צוריק צעשנײַדן אױף פֿיר חלקים און לאָזן זײ גײן בשם אלקי ישׂראֵל!“

דער רעדנער האָט געענדיקט און דער עולם האָט לאַנג געפּליעסקעט בראַװאָ, און מען האָט אים געכאַפּט אױף די הענט און מען האָט אים געטראָגן איבער דעם גאַנצן זאַל און געשריִען: „בראַװאָ!“ „הוראַ“! „הידד“! װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן.

אחר־כּך ― נאָך דעם האָט מען גענומען דאָס פֿיר־פּנימדיקע באַשעפֿעניש און מען האָט דאָס איבערגעטראָגן אין אַ באַזונדער חדר, פֿאַרשלאָסן די טירן און פֿאַרהאַנגען די פֿענצטער, די װעלט זאָל ניט זען זײער חרפּה… און די שטאָט האָט זיך געפֿרײט, ס'איז געװען שׂשׂון־ושׂימחה, אור ליהודים, און מען האָט יענעם טאָג געמאַכט אַ סעודה און מען האָט גענומען צו ביסלעך װײַן, „געהױבן טאָסטן“, געהאַלטן רעדעס, װי געװײנטלעך פֿאַרצײַטן, און דער עולם איז זיך צעגאַנגען יעדער אין זײַן רו אַרײַן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ויהי כּכלות ― און אַז ס'איז איבערגעגאַנגען די דרײַ יאָר, האָט מען גענומען דאָס משונה־מאָדנע באַשעפֿעניש און מען האָט מחילה געמאַכט די אײגענע אָפּעראַציע צוריק, און פֿונעם פֿיר־פּנימדיקן פּאַרשױן איז געװאָרן צוריק פֿיר גאַנץ באַזונדערע נפֿשות, גלײַך װי געװען. און אַז זײ זענען געװאָרן פֿיר, האָבן זיך די אַלע פֿיר אָפּגעטײלט אײנס פֿון דאָס אַנדערע, ניט געװאָלט שטײן אײנער בײַם אַנדערן אין די ד′ אַמות און ניט געװאָלט קוקן זיך אַפֿילו אין די פּנימער אַרײַן.

אַחר־כּך, נאָכדעם זענען זיך די פֿיר פּאַרשױנען צעקראָכן, דער אַהער דער אַהין, ניט געװאָלט אױסדרײען דעם קאָפּ, זיך אומקוקן אױף דער שטאָט, מורא געהאַט מען זאָל חלילה ניט רופֿן צוריק.

און מען איז אַװעק װײַט־װײַט, אַהין װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט.

סוף
1904

װער בין איך אָדער צװײ קאָני־לעמלס

אױב איר זענט געװען אַ מאָל אין ייִדישן טעאַטער, האָט איר געװיס געזען אַ קאָמעדיע פֿון גאָלדפֿאַדןאַבֿרהם גאָלדפֿאַדן 1840-1908 מיטן נאָמען „קאָני־לעמל“. דאָרט קומט פֿאָר, װי אַזױ אַ חתן קאָני־לעמל באַקענט זיך מיט נאָך אַ חתן אױך קאָני־לעמל און גײט אַרױס פֿון די כּלים: „סטײַטש ― זאָגט קאָני־לעמל ― װי באַלד אַז איר זענט קאָ־קאָ־קאָני־לעמל, הײַנט װער בין איך“? ―

פּונקט דאָס אײגענע איז פֿאָרגעקומען הײַנטיקן פּסח מיט מיר.

עס האָט זיך באַװיזן נאָך אַ שלום־עליכם.

און דער אמתער שלום־עליכם איז נאָר יענער.

הײַנט װער בין איך?

דאָס איז דער משל. און דעם נימשל װײסט איר שױן.

ס'איז אַרױס אַ ביכל מיטן נאָמען „די מלחמה פֿון רוסלאַנד מיט יאַפּאָניע“ פֿאַרפֿאַסט פֿון שלום־עליכם און אָפּגעקױפֿט אױף אײביק און אַרױסגעגעבן פֿונעם דרוקער דובעריש טורש אין װאַרשע.

האָב איך מסתּמא אַװעקגעשריבן צום דרוקער דובעריש טורש אַ שלום־לאַהובֿי־בריװל: „ידידי! װען האָב איך דיר פֿאַרקױפֿט אַ ביכל פֿון יאַפּאָניער, אַז איך װײס גאָר ניט פֿון װאָס צו זאָגן?“ קומט מיר אָן אַ קלאָרע תּשובֿה פֿונעם דרוקער טורש מיט אַפֿילו זײער אַ שײנע מליצה און מיט פּסוקים אַ סך, ער אין זיך מודה, אַז דער מחבר פֿונעם ביכל איז אַ איש־חשובֿ, נאָך אַ ביסל ניט קײן געזונטער, און זאָגט מיר צו און שװערט זיך בײַ זײַן לעבן, אַז בײַ דער צװײטער אױפֿלאַגע װעט ער אױסמעקן דעם נאָמען „שלום־עליכם“. װאָס פֿאַר אַ פּשט װאָלט איך דערפֿון געקענט לערנען?

װאָלט איך געקענט לערנען דעם פּשט, אַז ס'איז אַ נעכטיקער טאָג, דאָס הײסט, אַז דער „שלום־עליכם“ איז גאָר לא היה ולא נבֿרא, אַזױ װי כּדומה למשל איובֿ, דאָס האָט מסתּמא דער דרוקער טורש אַלײן אַנידערגעלײגט דעם נאָמען „שלום־עליכם“ אױפֿן ביכל, געװאָלט זען װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט דאָס האָבן. צום סוף קומט מיר אָן נר′ 374 „הצופֿה“ מיט אַ תּשובֿה פֿון שלום־עליכם צו שלום־עליכמען.