פֿעליעטאָנען: אַפֿאָריזמען

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַפֿאָריזמען

געדאַנקען, משלים, מוסר און גלאַט קלוגע רײד פֿון גרױסע לײַט פֿון אַ מאָל און אױך פֿון הײַנטיקע צײַטן. פֿרײַ באַאַרבעט, צוגעזעצט און איבערגעאַנדערשט פֿון שלום־עליכם

1

„װער איז אַ חכם? ― דער װאָס לערנט זיך אָפּ פֿון יעדן אײנציקן. װער איז אַ העלד? ― דער װאָס נעמט אײַן דעם יצר־הרע. װער איז אַן עושר? ― דער װאָס באַגנוגנט זיך מיט דעם װאָס ער האָט“. (אַזױ זאָגן די חז″ל.) און איך זאָג: װער איז אַ חכם? ― דער װאָס האָט געלט. װער איז אַ העלד? ― דער װאָס האָט געלט. װער איז אַן עושר? דער װאָס האָט געלט.

2

„דער װאָס קען גוט מענטשן, דער אַנטלױפֿט ניט פֿון מענטשן און יאָגט זיך ניט נאָך זײ“. (אַזױ זאָגט מאַרק אַװרעליוסMarcus Aurelius 121-180.) און איך זאָג: דער װאָס קען גוט מענטשן, דער אַנטלױפֿט פֿון מענטשן װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט.

3

„אַ מענטש װאָס שטײט אױף די שפּיץ פֿינגער, קאָן לאַנג ניט שטײן“. (אַזױ זאָגט לאַאָ־טסע老子.) און איך זאָג: אַ מענטש װאָס שטײט אײַנגעבױגן, אָדער אױסגעצױגן װי אַ סטרונע, דער װעט שטײן לאַנג…

4

„אָ, װי גליקלעך מיר זענען, װאָס מיר האָבן ניט קײן שׂונאים!“ (אַזױ זאָגט בודאַबुद्ध.) און איך זאָג: אָ, װי גליקלעך מיר זענען, װאָס מיר האָבן שׂונאים!

5

„אַ פֿערד איז ניט דערמיט אױסגעשטעלט, װאָס ער קאָן ניט קרײען װי אַ האָן, ער איז אומגליקלעך נאָר דעמאָלט װען ער פֿאַרלירט דעם גאַנג“. (אַזױ זאָגט עפּיקטעטἘπίκτητος.) און איך זאָג: אַן אָקס איז ניט דערמיט אױסגעשטעלט, װאָס ער האָט אַ לאַנגע צונג און קאָן קײן שופֿר ניט בלאָזן; ער איז אומגליקלעך נאָר דעמאָלט, װען מען פֿירט אים צו דער שחיטה.

6

„אַ לײַטישער מענטש אַז ער טוט אַ גוטע זאַך, באַהאַלט ער זיך פֿאַר מענטשן און האָט קײן חרטה ניט, טאָמער װײסט דערפֿון קײנער ניט“. (אַזױ זאָגט קאָנפֿוצי孔夫子.) און איך זאָג: אַ הײַנטװעלטיקער לײַטישער מענטש אַז ער טוט אַן עװלה, באַהאַלט ער זיך ניט פֿאַר קײנעם און האָט קײן חרטה ניט, טאָמער װײסט דערפֿון די גאַנצע װעלט.

7

„אַקעגן דער גרױסער װעלט איז דער מענטש געגליכן צו אַ קלײן שטעקעלע, נאָר אַ קלוגס“. (אַזױ זאָגט פּאַסקאַלBlaise Pascal 1623-1662.) און איך זאָג: אַקעגן דער גרױסער װעלט איז דער מענטש געגליכן צו אַ קלײן שטעקעלע, נאָר סע שלאָגט.

8

„אַלץ װאָס גרױס איז ― װאַקסט פּאַװאָלינקע“. (אַזױ זאָגט סענעקאַLucius Annaeus Seneca.) און איך זאָג: אַלץ װאָס גרױס איז ― װאַקסט פּאַװאָלינקע, אַחוץ פּראָצענט, װאָס װאַקסט משוגענערװײַז, אָן רעגן, אַזױ װי קראָפּעװע.

9

„אַז דו רעדסט, זאָלן דײַנע װערטער זײַן בעסער װי געשװיגן“. (אַזױ זאָגט אַן אַראַביש גלײַכװערטל.) און איך זאָג: אַז דו שװײַגסט, זאָל דײַן שװײַגן זײַן בעסער װי גערעדט.

10

„לײענען און שרײַבן הײסט נאָך ניט קײן בילדונג, אױב זײ פֿירן ניט דעם מענטשן אין דרך־הישר“. (אַזױ זאָגט דזשאָן ריעסקיןJohn Ruskin 1819-1900.) און איך זאָג: לײענען און שרײַבן הײסט נאָך ניט קײן בילדונג, אַז מען האָט ניט קײן דיפּלאָם.

11

„אַן אָנגעבראָכענער שאַרבן קלינגט ניט; אַן איבערגעבראָכענער אױף צװײען קלינגט װידער“. (אַזױ זאָגט ריכטער.) און איך זאָג: אַן אָנגעבראָכענער שאַרבן טױג אױף כּפּרות! אַן איבערגעבראָכענער אױף צװײען ― װאַרפֿט אים אַרױס!

12

„צו אַ גאָרטן זענען געקומען צװײ מענטשן: אײנער אַן אױפֿגעקלערטער, דער אַנדערער אַ פֿרומער. האָט זיך דער אױפֿגעקלערטער גענומען צײלן די בײמער, רעכענען די פּירות און מאַכן אַ חשבון, װאָס פֿאַר אַ װערט קאָן האָבן דער גאָרטן. און דער פֿרומער האָט זיך באַקענט מיטן בעל־הבית, צוגעגאַנגען צו אַ בױם און פֿאַרביסן מיט די פּירות“. (אַזױ זאָגט אַ בראַמינער.) און איך זאָג: צו אַ גאָרטן זענען געקומען צװײ מענטשן: אײנער אַן עם־האָרץ, דער אַנדערער אַ רשע. האָט זיך דער עם־האָרץ גענומען באַלד צו די פּירות, און דער רשע איז געגאַנגען פֿריִער הרגענען דעם בעל־הבית.

13

„זאָלסט גײן מיטן אמת אַפֿילו מיט אַ קינד; האָסטו אים עפּעס צוגעזאָגט, זאָלסטו מקײם זײַן, אַניט װעסטו אים געװײנען צו ליגן“. (אַזױ זאָגן די חז″ל.) און איך זאָג: זאָלסט גײן מיטן אמת אַפֿילו מיט דײַן װײַב; האָסטו איר עפּעס צוגעזאָגט, זאָלסטו מקײם זײַן, אַניט װעסטו האָבן אָפּגעשניטענע יאָרן.

14

„האָסטו אין זינען נאָר יענעם, קאָנסטו האָפֿן עס זאָל דיר אַרױסקומען אַ מאָל אַ טובֿה“. (אַזױ זאָגט פּלאַטאָןΠλάτων.) און איך זאָג: האָסטו אין זינען נאָר דיך, קאָנסטו האָפֿן עס זאָל עמעצן אַרױסקומען אַ רעה.

15

„דערנער מאַכן אַ תּל פֿונעם פֿעלד; זינד פֿירן איבער דעם מענטשן און מעשׂים טובֿים פֿירן צו אַ גוטן סוף“. (אַזױ זאָגט בודאַ.) און איך זאָג: דערנער מאַכן אַ תּל פֿונעם פֿעלד און װאַקסן אומעטום; זינד פֿירן איבער דעם מענטשן, און פֿון דעסטװעגן זינדיקן אַלע מענטשן און אױף מעשׂים־טובֿים איז ניטאָ קײנער אין דער הײם.

16

דאָס מעכטיקסטע װאָס געװעלטיקט אױף דער װעלט איז דאָס װאָס מען זעט דאָס ניט און מען הערט דאָס ניט און מען קאָן דאָס ניט אָנטאַפּן“. (אַזױ זאָגט לאַאָ־טסע.) און איך זאָג: דאָס מעכטיקסטע װאָס געװעלטיקט אױף דער װעלט איז געלט, װאָרעם מען זעט דאָס און מען הערט דאָס און מען קאָן דאָס אָנטאַפּן.

17

„דער גרעסטער סוד צו זײַן שטענדיק אױפֿגעלײגט ― ניט צו לאָזן זיך צום האַרצן די הבֿלי־העולם, נאַרישע זאַכן“. (אַזױ זאָגט סמאַילסSamuel Smiles 1812-1904.) און איך זאָג: דער גרעסטער סוד צו זײַן שטענדיק אױפֿגעלײגט ― ניט צולאָזן זיך צום האַרצן פֿרעמדע צרות. דעריבער פֿליט אָפֿט מאָל דער אָרעמאַן בײַם נגיד פֿון די טרעפּ, װאָרעם ער קאָן ניט הערן זײַנע צרות.

18

„ניט קײן ימים צעטײלן די פֿעלקער, נאָר דאָס װאָס זײ זענען ניט געבילדעט“. (אַזױ זאָגט דזשאָן ריעסקיןJohn Ruskin 1819-1900.) און איך זאָג: ניט קײן ימים צעטײלן די פֿעלקער, נאָר די פֿעלקער צעטײלן די ימים.

19

„קלײנע צרות איז אײגנטלעך אַ גאַנץ גוטע זאַך“. (אַזױ זאָגט אײנער אַ בראַמינער.) און איך זאָג: קלײנע צרות איז אײגנטלעך אַ גאַנץ גוטע זאַך, נאָר פֿאַר יענעם.

20

„װער איז אַ העלד? ― דער װאָס האָט פֿונעם שׂונא געמאַכט אַ גוטן פֿרײַנד“. (אַזױ זאָגן די חז″ל.) און איך זאָג: װער איז אַ העלד? דער װאָס האָט דעם שׂונא באַגראָבן נײַן אײלן אין דער ערד.

21

„אַ מענטש מאַכט זיך גרױס זײַן גליק פּונקט אױף אַזױ פֿיל װי ער פֿאַרגרעסערט דאָס יענעם“. (אַזױ זאָגט בענטאַםJeremy Bentham 1748-1832.) און איך זאָג: אַ מענטש מאַכט זיך גרױס זײַן פֿאַרמעגן פּונקט אױף אַזױ פֿיל װי ער פֿאַרקלענערט דאָס בײַ יענעם.

22

„מענטשן זענען זיך טועה ניט דערפֿאַר װאָס זײ װײסן ניט, נאָר דערפֿאַר װאָס זי מײנען אַז זײ װײסן“. (אַזױ זאָגט רוססאַJean-Jacques Rousseau 1712-1778.) און איך זאָג: מענטשן זענען זיך טועה ניט דערפֿאַר װאָס זײ װײסן ניט, און ניט דערפֿאַר װאָס זײ מײנען אַז זײ װײסן, נאָר דערפֿאַר װאָס זײ מײנען אַז יענע װײסן ניט.

23

„דעם ערלעכן טרעפֿט אױך אַ מאָל אַז עס גײט אים ניט“. (אַזױ זאָגט שעקספּירWilliam Shakespeare 1564-1616.) און איך זאָג: דעם ערלעכן טרעפֿט אױך אַ מאָל, אַז עס גײט אים.

24

„די װעלט איז אַ שטוב, װאָס באַשטײט אַ סך מער פֿון טרעפּ װי פֿון חדרים“. (אַזױ זאָגט בערנע.) און איך זאָג: אַ פּנים דערפֿאַר װאַלגערן זיך אַ סך מער אױף די טרעפּ װי די װאָס זיצן אין שטוב.

25

„דער טױט איז דער ערגסטער קרעדיטאָר“. (אַזױ זאָגט בײַראָןGeorge Gordon Byron 1788-1824.) און איך זאָג: קרעדיטאָרן ― דאָס איז דער ערגסטער טױט.

26

„די װעלט ― דאָס איז אַ מחשבֿה פֿון גאָט“. (אַזױ זאָגט שילערJohann Christoph Friedrich von Schiller 1759-1805.) און איך זאָג: די װעלט איז אַ מחשבֿה פֿון גאָט, נאָר אַ שלעכטע מחשבֿה.

27

„אַ מיצװה קוקט זיך ניט אַרום, מען זאָל ניט מײנען אַז זי זוכט כּבֿוד“. (אַזױ

זאָגט געטעJohann Wolfgang von Goethe[ 1749-1832.) און איך זאָג: אַן עבֿירה קוקט זיך ניט אַרום ― מען זאָל זי ניט פּאַקן.

28

„מיר באַנוצן די האַק אױף צו מאַכן אַ שטעקל צו דער האַק“. (אַזױ זאָגט לעװ טאָלסטאָיЛев Николаевич Толстой 1828-1910.) און איך זאָג: מיר באַנוצן די האַק אױף צו האַקן קעפּ.

29

„די ליבע בײַ הײַנטיקע קינדער ליגט ניט אין האַרצן, ניט אין די אױגן“. (אַזױ זאָגט שעקספּיר.) און איך זאָג: די ליבע בײַ הײַנטיקע קינדער ליגט ניט אין האַרצן נאָר אין קעשענע.

30

„כּל־הרודף, װער עס יאָגט זיך נאָך כּבֿוד, פֿון דעם אַנטלױפֿט דער כּבֿוד, און װער עס אַנטלױפֿט פֿון כּבֿוד, דעם יאָגט דער כּבֿוד נאָך“. (אַזױ זאָגן די חז″ל.) און איך זאָג: װער עס יאָגט זיך נאָך כּבֿוד, דער באַקומט דעם כּבֿוד, און װער עס אַנטלױפֿט פֿון כּבֿוד, לאָזט מען אים לױפֿן.

31

„אַ שׂונא קומט צו נוץ: ער דערמאָנט אונדז אונדזער חובֿ צום מענטשן“. (אַזױ זאָגט שילער.) און איך זאָג: אַ שׂונא קומט צו נוץ ― מען קאָן זיך מיט אים רעכענען.

32

„פֿאַרטרײַב אײן עבֿירה, װעלן צען עבֿירות אַלײן אַװעקגײן“. (אַזױ זאָגט ראָד.) און איך זאָג: פֿאַרטרײַב אײן עבֿירה, װעלן אױפֿשטײן צען אַנדערע.

33

„אַ חכם פֿאָדערט אַ סך פֿון זיך און װינציק פֿון יענעם“. (אַזױ זאָגט אַ כינעזער.) און איך זאָג: אַ חכם פֿאָדערט אַ סך פֿון יענעם און װינציק פֿון זיך.

34

„אַז דו האָסט ליב, אַז דו טוסט גוטס און האָסט צרות ― ביסט דו אַ מענטש“. (אַזױ האָט געזאָגט אַן אינדיאַנער.) און איך זאָג: אַז דו האָסט ליב, אַז דו טוסט גוטס און האָסט צרות ― ביסט דו אױף צרות.

35

„אַז דער פּאַסטעך װערט ברוגז אױף די שאָף, גיט ער זײ אַ בלינדן שעפּס פֿאַר אַ פֿירער“. (אַזױ האָבן געזאָגט אונדזערע חז″ל.) און איך זאָג: אַז דער פּאַסטעך װערט ברוגז אױף די שאָף, קױלעט ער אַ שעפּס אױף אָנבײַסן.

36

„אַז די פֿײַל טרעפֿט ניט װי מען דאַרף, באַשולדיקט דער קלוגער שיסער זיך, ניט די פֿײַל“. (אַזױ זאָגט קאָנפֿוציוס.) און איך זאָג: אַז די פֿײַל טרעפֿט ניט װי מען דאַרף, שיסט דער קלוגער שיסער נאָך אַ מאָל.

37

„לעב אַזױ, גלײַך װי דו דאַרפֿסט זיך אָט באַלד געזעגענען מיטן לעבן“. (אַזױ זאָגט מאַרק אַװרעליס.) און איך זאָג: לעב אַזױ, גלײַך װי דו ביסט נאָר־װאָס געבױרן געװאָרן.

38

„אַז װױל איז דעם מענטש װאָס האָט זיך אײַנגעמידט, מיאש געװען צו זוכן דאָס אמתע גליק אױף דער װעלט“. (אַזױ זאָגט פּאַסקאַל.) און איך זאָג: אַז אָך און װײ איז דעם מענטשן װאָס האָט זיך אײַנגעמידט, מיאש געװען צו זוכן דאָס אמתע גליק אױף דער װעלט.

39

„אונדזערע מעשׂים זענען ניט אַזױ שלעכט װי אונדזער רצון“. (אַזױ זאָגט װאָװענאַרגLuc de Clapiers, marquis de Vauvenargues 1715-1747.) און איך זאָג: אונדזער רצון איז ניט אַזױ שלעכט װי אונדזערע מעשׂים.

40

„סײַ דאָס װאָס מיר רופֿן אָן גוט, סײַ דאָס װאָס מיר רופֿן אָן שלעכט, איז אַלץ אײנס נוצלעך פֿאַר אונדז, אױב מיר קוקן דערױף װי אױף אַן אָפּקומעניש. (אַזױ זאָגט לעװ טאָלסטאָי.) און איך זאָג: סײַ דאָס װאָס מיר רופֿן אָן גוט, סײַ דאָס װאָס מיר רופֿן אָן שלעכט איז אַלץ אײנס נוצלעך פֿאַר אונדז, אױב מיר װײסן אַז מיר קענען דערפֿון עפּעס האָבן.

41

„װיסן אַז דאָס װאָס דו װײסט און דאָס װאָס דו װײסט ניט װײסטו ניט ― אָט דאָס איז די אמתע װיסנשאַפֿט“. (אַזױ האָט געזאָגט אַ כינעזער.) און איך זאָג: װיסן אַז דאָס װאָס דו װײסט װײסטו און דאָס װאָס דו װײסט ניט, מאַכן זיך ניט װיסנדיק ― אָט דאָס איז די אמתע װיסנשאַפֿט.

42

„טױזנט װעגן פֿירן צו פֿאַלשקײט, און צום אמת איז פֿאַראַן נאָר אײן װעג“. (אַזױ זאָגט זשאַן רוססאָ.) און איך זאָג: דערפֿאַר אַ פּנים גײען מענטשן צו פֿאַלשקײט, װײַל ס'איז פֿאַראַן טױזנט װעגן, און זײער װינציק גײען צום אמת, װײַל ס'איז מער ניט פֿאַראַן װי אײן װעג.

43

„קײנער װײסט ניט װאָס איז דער טױט: אפֿשר איז ער גאָר אַ גליק“. (אַזױ זאָגט פּלאַטאָן.) און איך זאָג: עס קאָן זײַן, אַז דער טױט איז אַ גליק, נאָר איך בין מוחל דעם גליק.

44

„איטלעכער מענטש קאָן זען זיך אַלײן אין יענעמס פּנים, און דערפֿאַר טוען אָפֿט מאָל מענטשן דאָס װאָס אַ הונט: אַ הונט אַז ער דערזעט אין שפּיגל זײַן געשטאַלט, מײנט ער אַז דאָרט איז נאָך אַ הונט, הײבט ער אָן צו בילן“. (אַזױ זאָגט שאָפּענהאַוערArthur Schopenhauer 1788-1860.) און איך זאָג: אַ מענטש איז קליגער פֿון אַ הונט: ער צעברעכט דעם שפּיגל, בכדי ער זאָל זײַן צורה דאָרט ניט אָנקוקן.

45

„גליקלעך איז דער װאָס גײט זיך ניט צונױף מיט נאַראָנים“. (אַזױ זאָגט בודאַ.) און איך זאָג: גליקלעך איז דער װאָס גײט זיך ניט צונױף מיט נאַראָנים און דערפֿאַר איז ניטאָ קײן סך גליקלעכע אױף דער װעלט.

46

„מיר קאָנען ניט שטערן די פֿױגלען פֿליִען איבער אונדזערע קעפּ: מיר האָבן אָבער גענוג כּוח, מיר זאָלן זײ ניט לאָזן זיך באַזעצן אונדז אױפֿן קאָפּ“. (אַזױ זאָגט לוטערMartin Luther 1483-1546.) און איך זאָג: מיר קאָנען ניט שטערן די פֿױגלען פֿליִען איבער אונדזערע קעפּ; מיר האָבן אָבער ביקסלעך אױף צו שיסן זײ און מאַכן פֿון זײ נאָכדעם זיסע שפּײַז און די בעסטע מאכלים.

47

„אין יעדן טעות ליגט אַ שטיק אמת, און אין יעדן אמת ליגט אַ שטיק טעות“. (אַזױ זאָגט ריקערטHeinrich Edwin Rickert 1833-1902.) און איך זאָג: דערפֿאַר גײען מיר ניט מיטן אמת, בכדי מיר זאָלן ניט האָבן קײן טעות.

48

„האַלט זיך אײַן פֿון צו שפּאַרן זיך ― דו װעסט קײנעם ניט איבערשפּאַרן, יענעמס מײנונגען זענען װי די טשװעקעס; װאָס מער דו קלאַפּסט אױף זײ, מער קריכן זײ אַרײַן“. (אַזױ זאָגט יוּװענאַלDecimus Junius Juvenalis.) און איך זאָג: מײנונגען זענען טשװעקעס; אָפֿט קומען מענטשן מיט זײער האַמער און מיט זײערע טשװעקעס.

49

„דער נסיון באַװײַזט אונדז, אַז אױף קײן זאַך האָט אַ מענטש ניט אַזױ צו שאַפֿן װי אױף דער צונג“. (אַזױ זאָגט ספּינאָזאַBaruch Spinoza 1632-1677.) און איך זאָג: ניטאָ נאָך אַזאַ געטרײַער דינער װי די צונג; פֿאָלגט, װוּהין מען שיקט זי.

50

„עס זאָל אַצינד ניט זײַן מער קײן ייִדן אױף דער װעלט, נאָר אײנער, װאָלט מען געפֿאָרן פֿאַר הונדערט מײַל אים אָפּגעבן שלום“. (אַזױ זאָגט הײַנעHeinrich Heine 1797-1856.) און איך זאָג: עס זאָל אַצינד ניט זײַן מער קײן ייִדן אױף דער װעלט, נאָר אײנער, װאָלט מען אים אױך אַרױסגעשיקט.

1903
דאָס נײ־געבױרענע אָדער ראַסל: אַ סיפֿור־המעשׂה

1.

אונדזער משפּחה איז אַ גרױסע משפּחה, אַ גרױסע און אַ באַרימטע.

מיט װאָס, װילט איר װיסן, איז זי באַרימט?“ „מיט אירע נגידים־קולאַקעס, מיוחסים־פֿרומאַקעס, חסידים־צבֿועקעס, שיכּורים־הוליאַקעס, גנבֿים־באָסיאַקעס…“

אַזױ האָט געזאָגט אױף איר טאַקע אײנער פֿון אונדזער משפּחה, אַ שרײַבער איז ער, אַ לץ, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק און אַ גראַמזאָגער. נאָר װײס איך װאָס אַ גראַמזאָגער קאָן זאָגן! איך געדענק, אַז אונדזער שטוב האָט זיך גערעכנט פֿאַר אַ פֿרומע שטוב, אַ כּשרע שטוב, אַן ערלעכע שטוב. מילא פֿון דאַװענען, װאַשן זיך, בענטשן ― פֿון דעם שמועסט מען ניט. גאָט זאָל היטן אימעצער זאָל אױסרעדן בײַם טיש אַ הױך װאָרט, אַ לאַך טאָן, גײן ניט אַהין װוּ מען דאַרף, רעדן ניט מיט דעם װאָס מען דאַרף! מישן זיך אין שטובזאַכן, אַרײַנקוקן אין בעל־הבתּישקײט, אַרײַנשמעקן אין קיך אַרײַן ― חיות ניט זיכער! ― מיט אײן װאָרט, שטרענג און מיט דרך־ארץ און מיט מורא: „װאָס גאָט הײסט, װאָס טאַטע־מאַמע הײסן, װאָס אַלע גוטע פֿרומע לײַט הײסן…“

און שטעלט אײַך פֿאָר ― אַזאַ אומגליק, אַזאַ בזיון! ― אונדזער ראַסל, אונדזער שװעסטער ראַסל, מען זאָל באַהיט און באַשירעמט װערן, אַ מײדל שױן צו לײַטן, אַ שטילע, אַ פֿרומע, אַ כּשרע, איז פּלוצלונג… מען װײסט ניט פֿון װאַנען און װי אַזױ, ניט דאָ געדאַכט, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, זי איז פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן… דאָס הײסט, זי איז געװען געזונט און שטאַרק אױף אַלע אבֿרים, נאָר עפּעס אַ מרה־שחורה איז אױף איר אָנגעפֿאַלן, ניט געקענט קײן אָרט געפֿינען, ניט זיצן, ניט ליגן, ניט גײן, ניט שטײן. „װאָס איז דיר?“ ― איך װײס ניט! „װאָס טוט דיר װײ?“ ― גאָרניט!…

איז מען אַװעקגעפֿאָרן מיט איר צום גדול־הדור, צום בעל־מופֿת, אים אַנידערגעלײגט אַ פּדיון, דערצײלט אים, אַז זי עסט ניט, זי שלאָפֿט ניט, זי רוט ניט ― אױס מענטש! האָט איר דער גדול־הדור, דער בעל־מופֿת, געשענקט אַ שמירה, געגעבן מיטלען, מבֿטיח אי″ה אַ רפֿואה־שלמה.